Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג פבואר 20, 2012 10:32 am

סע דערקענט זיך מר. פאטאשאפ איז מער נישט צווישן אונז! קיין איין תגובה דא זייט פרייטאג!
פאטא ווי ניד יא בעק!!

Advertisement

מאנטאג פבואר 20, 2012 11:08 am

סע פרעזידענטס דעי וויקענד

דאס קוקט אויס די סיבה סאיז אזוי שטיל דא.

מאנטאג פבואר 20, 2012 11:21 am

היימישער איד האט געשריבן:מ'קען אמאל מערקן ווי איינער (רעדט זיך איין) אז ער איז גערעכט ווייל ער שרייט ס'העכסטע... אזא איינדרוק האביך באקומען פון א עד די וואך אין איד.

AD.jpg


(בכוונה ארויסגעלאזט די פירמע'ס נאמען מ'רעדט פון די עד נישט פונעם פירמע)


די עד איז לכאורה א דירעקטע תוצאה פונעם סעמינאר

שבת פבואר 25, 2012 1:38 pm

נו חברה וואו זענט איר מיר אייער איידיעס עדס סאיז צו שלאפעדיג

שבת פבואר 25, 2012 8:29 pm

פאטא איז נישט דא, ואני אנא אני בא :-( :-(

שבת פבואר 25, 2012 9:39 pm

אז 'מרעדט שוין פון "פאטא"... אימיר געווען אינטערעסאנט צו זעהן אינעם "איד" א שיינע פאר עדס פון לי עוו. "פאטא". דאכט זיך סיז די ערשטע מאל אין ווייסיך וויפיל יאר וואס א לי עוו פאטא עד ערשיינט אין איד.

שבת פבואר 25, 2012 10:53 pm

לי עוו פאוטא איז געווען חנוכה אין דער איד.

"יעס ווי העוו דיע טינג דעט קאנעקטס דע טינג טו דע טינג".

שבת פבואר 25, 2012 10:55 pm

יא דאס איז גוט! :lol:

זונטאג פבואר 26, 2012 12:57 pm

נייע G&G עד דורך ראק
עטעטשמענטס
Poster2.jpg

זונטאג פבואר 26, 2012 1:55 pm

דער GַG עד איז באמת זייער שיין און אויגפארכאפנד, אבער ווען די ווערטער שטייען ווען אויף אידיש וואלטן עס מער מענטשן (די וואס ווילן קויפן) פארשטאנען, און פונקט ווי דא אויפן אייועלט ווען איינער ברענגט נאך א נייעס אויף ענגליש בעט מען אים, נו! זעץ עס איבער אויף אידיש, די זעלבע איז ביי דעם

זונטאג פבואר 26, 2012 1:57 pm

און על הכלל כולו יצא, ווי נישט ווי אונזער עולם קען בעסער אידיש ווי ענגליש, און עס זעהט אויס אז די אלע עדס זענען געמאכט צו כאפן גוים, איך זאג אייך צו GַG אפי' אויב עס וועט זיך אפשר מאכן אפאר גוים וואדס וועלן קויפן, וועלן אבער אידן קויפן סאך מער, דערפאר וואס גייט אייך אן אז אייערע קאסטומערס זאלן קענען ליינען אייערע עדס פליסיג אן א אנשטרענג
א גוטן פורים

זונטאג פבואר 26, 2012 2:48 pm

ער וויל לכאורה נאר צילן גוים מיטן עד, וועלעכע איד וויל דען זעהן ווי מ'איז מבזה די מצות מצה, מיטן וועלגערן א g&g טייגל?

זונטאג פבואר 26, 2012 2:50 pm

מיינע טייגלעך ערב פסח קומען אויס בערך דעי שעיפ...

זונטאג פבואר 26, 2012 2:56 pm

בדיל, די עד איז פאר די קאר קאוט באניצערס.

זונטאג פבואר 26, 2012 2:59 pm

שטארק זיך האט געשריבן:מיינע טייגלעך ערב פסח קומען אויס בערך דעי שעיפ...


;l;p-
נעקסט וויל איך זעהן א אפגעבאקענע. G&G מצה זיך ארויסשטעקן פונעם מצה טאש. אפיקומן. קערה.

חחח
כל הזכויות שמורות

זונטאג פבואר 26, 2012 3:00 pm

;l;p-
שטארק זיך האט געשריבן:מיינע טייגלעך ערב פסח קומען אויס בערך דעי שעיפ...

זונטאג פבואר 26, 2012 3:11 pm

בדיל ויעבור האט געשריבן:דער GַG עד איז באמת זייער שיין און אויגפארכאפנד, אבער ווען די ווערטער שטייען ווען אויף אידיש וואלטן עס מער מענטשן (די וואס ווילן קויפן) פארשטאנען, און פונקט ווי דא אויפן אייועלט ווען איינער ברענגט נאך א נייעס אויף ענגליש בעט מען אים, נו! זעץ עס איבער אויף אידיש, די זעלבע איז ביי דעם

אני הקטן האב געקוקט דעם עד מיט אפאר חברים און עס איז ארויסגעפארן א טוץ מיט פשטים אויפן פסוק "ראללינג אוט"... איינער האט געזאגט: "הא! זיי זיכן ארויסצושטופן די סחורה!" א צווייטער: "זיי ווילן סתם דערמאנען די שטובער אז ס'קומט פסח" וכהנה וכהנה.
פארוואזשע זאל ר' שמואל (ראק) אויפארבעטן עפעס מיט יודיש? וואס זאלן זיך אונזער עולם פלאגן און ברעכן ציין צו פארשטיין "היי לענגוויטש"? לאמיר רעוואלוציענירן: "מיר רעדן בלויז אידיש!"

זונטאג פבואר 26, 2012 3:21 pm

געלעגער האט געשריבן:בדיל, די עד איז פאר די קאר קאוט באניצערס.

האהאהאהאהא
אז מרעדט שוין, דו האסט שוין געזעהן אזעלכע קאר קאוטס?!
איך האלט אז די וואס קויפן אזאנע קאוטס קויפן עס נישט ביי דזשי ענד דזשי, נאר ביי אנדערע גוי'אישע געשעפטן

זונטאג פבואר 26, 2012 3:24 pm

ווי אזוי שרייבט מען אין בלויז אידיש "וועלגערן אראפ די פרייזן "?

זונטאג פבואר 26, 2012 3:25 pm

פון מיין קוק ווינקל איבער דעם ענגליש סומאטאכע:
וואס איך פראביר אריינצולערנען פשט: די עד איז נישט געמאכט נאר פאר וויליאמסבורגע אידן אדער אייוועלט מעמבערס (די וואס רעדן זיך איין אז זיי קענען נישט די ביסל ענגליש) עס איז אויך פאר בארא פארק און מאנסי ועוד צוגלייך וואס אסאך פון זיי קענען בעסער ליינען ענגליש ווי אידיש, איז וואס זאל G&G צאלן פאר צוויי עדס איינס אין ענגליש און איינס אין אידיש, כ'מיין אז די אידן וואס קענען נאר אידיש אדער קוקן זיי בכלל נישט אויף דעם עד, אדער קענען זיי זיך נאר באקראצן מיט די פאר ענגלישע ווערטער
[מען מעג מחולק זיין מיט מיר, איך האב נאר געשריבן וואס איז יעצט מיר געליגן אויפן צינג]

זונטאג פבואר 26, 2012 3:32 pm

יוראפ האט געשריבן:פון מיין קוק ווינקל איבער דעם ענגליש סומאטאכע:
וואס איך פראביר אריינצולערנען פשט: די עד איז נישט געמאכט נאר פאר וויליאמסבורגע אידן אדער אייוועלט מעמבערס (די וואס רעדן זיך איין אז זיי קענען נישט די ביסל ענגליש) עס איז אויך פאר בארא פארק און מאנסי ועוד צוגלייך וואס אסאך פון זיי קענען בעסער ליינען ענגליש ווי אידיש, איז וואס זאל G&G צאלן פאר צוויי עדס איינס אין ענגליש און איינס אין אידיש, כ'מיין אז די אידן וואס קענען נאר אידיש אדער קוקן זיי בכלל נישט אויף דעם עד, אדער קענען זיי זיך נאר באקראצן מיט די פאר ענגלישע ווערטער


מען רעדט נישט פון צאלן פאר צוויי עדס, די זעלבע עד, נאר זאל האבן אידישע ווערטער.

[מעקסי העלט האט לעצטענס אזוי אנגעפאנגען צו טוהן, איך גלייך עס שטארק].

זונטאג פבואר 26, 2012 3:37 pm

שטארק זיך האט געשריבן:מיינע טייגלעך ערב פסח קומען אויס בערך דעי שעיפ...

:lol: ;l;p-

זונטאג פבואר 26, 2012 3:54 pm

טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:פון מיין קוק ווינקל איבער דעם ענגליש סומאטאכע:
וואס איך פראביר אריינצולערנען פשט: די עד איז נישט געמאכט נאר פאר וויליאמסבורגע אידן אדער אייוועלט מעמבערס (די וואס רעדן זיך איין אז זיי קענען נישט די ביסל ענגליש) עס איז אויך פאר בארא פארק און מאנסי ועוד צוגלייך וואס אסאך פון זיי קענען בעסער ליינען ענגליש ווי אידיש, איז וואס זאל G&G צאלן פאר צוויי עדס איינס אין ענגליש און איינס אין אידיש, כ'מיין אז די אידן וואס קענען נאר אידיש אדער קוקן זיי בכלל נישט אויף דעם עד, אדער קענען זיי זיך נאר באקראצן מיט די פאר ענגלישע ווערטער


מען רעדט נישט פון צאלן פאר צוויי עדס, די זעלבע עד, נאר זאל האבן אידישע ווערטער.

[מעקסי העלט האט לעצטענס אזוי אנגעפאנגען צו טוהן, איך גלייך עס שטארק].

דאס האב איך פראבירט ארויסצוברענגען אז די ענגלישע קוקערס איז שווערער צו ליינען אידיש, ווי די אידישע קוקערס זאלן ליינען ענגליש

זונטאג פבואר 26, 2012 4:37 pm

טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:[מעקסי העלט האט לעצטענס אזוי אנגעפאנגען צו טוהן, איך גלייך עס שטארק].

איך ווייס נישט וואס מעקסי העלט האט אנגעהויבן צו טון און וואס דיין נגיעה צו זיי איז, אבער גיב זיי איבער אין מיין נאמען אז ס'שוין צייט אנצופאנגען נוצן עפעס נייערע פאנטס.
די אלטע אידישע פאנט און נאכדערצו אלעס אין באלד, רעגט מיר אויף! ס'איז געפערליך טשיעפ!

מאנטאג פבואר 27, 2012 12:32 am

יואל שווארטץ האט געשריבן:
טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:[מעקסי העלט האט לעצטענס אזוי אנגעפאנגען צו טוהן, איך גלייך עס שטארק].

איך ווייס נישט וואס מעקסי העלט האט אנגעהויבן צו טון און וואס דיין נגיעה צו זיי איז, אבער גיב זיי איבער אין מיין נאמען אז ס'שוין צייט אנצופאנגען נוצן עפעס נייערע פאנטס.
די אלטע אידישע פאנט און נאכדערצו אלעס אין באלד, רעגט מיר אויף! ס'איז געפערליך טשיעפ!


איך האב נישט ממש פארשטאנען וואס דיך רעגט אויף פאנטס אין באלד, אי"ה העמיר עס דורכטוהן א צווייטע געלעגענהייט, מרעדט פשוט נישט דא פון דעם.

איך האב געזאגט א פשוטע זאך, אז מקען נעמען די זעלבע עד, און עס געבן ענגליש ווערטער פאר ענגלישע צייטונגען, און אידישע ווערטער פאר אידישע צייטונגען. פארשטאנען?
שרייב א תגובה

Advertisement