אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין - פאר מתחילים!

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך מאי 09, 2018 9:54 am

איינס האט געשריבן:
טויגליכער איד האט געשריבן:אדרבה!

איך האב עס געטראפן אין מיינע ארכיוון אבער איך קען עס נישט ארויף לייגן
ווי אזוי טוט מען עס?

אקעי דא איז עס
וואס מדארף טוען איז פאלאען די אינסטראקשנס פון דער טויגליכער איד:) ביים צוויטן מהלך (די מהלך פון Drop Caps.), אנשטעלן די Drop Caps סזאל זיין איין אות, און דערנאך ראנען דעם סקריפט, און סוועט אליין אנשטעלן יעדע פארעגרעפ.
----
דער סקריפט לויפט ביז די ערשטע ספעיס, און דערפאר מאכט זיכער אז קיין איין פארעגרעפ הייבט זיך נישט אן מיט קיין ספעיס, ווייל דעמאלט וועט ער סטאפן גלייך נאכן ספעיס.
צוגעלייגטע
Drop Words(מילת פתיח).jsx.zip
(836 Bytes) דאונלאודעד 79 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » דאנארשטאג יוני 07, 2018 2:29 pm

איז דא א וועג וויאזוי איך קען האבן א פרי טרייעל אויף 2018 אינדיזיין נאכדעם וואס איך האב שוין געהאט פאריאר א פרי טרייעל?

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 978
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דאנארשטאג יוני 07, 2018 3:22 pm

אפשר אויף א צווייטנס נאמען...

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג יוני 07, 2018 3:58 pm

קאכעדיגע האט געשריבן:איז דא א וועג וויאזוי איך קען האבן א פרי טרייעל אויף 2018 אינדיזיין נאכדעם וואס איך האב שוין געהאט פאריאר א פרי טרייעל?

ווינדאויס?

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 978
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 10:51 am



קאפיטל י״א | חלונות ח״ב


זעמיר צוריק דא מיטן צווייטן חלק וויאזוי צו מאכן הערליכע חלונות אין אינדעזיין.
צום ערשטנס לאמיר עפענען א נייעם בלאט, גיב אים א גוטע פאר זייטן, צו קענען זען קלאר די געשמאקייט פון די מהלך, מאך זיכער צו טשעקן דעם ״פריימערי טעקסט פרעים״ קעסטל, גיב אים א מארדזשין ככל מה שלבך חפץ, און דרוק OK.

קליק אריין אינם באקסל, רייט קליק, וועל אויס ״Fill with placehlder text״ אבער מאך זיכער פארדעם אז די שפראך איז אנגעשטעלט אויף ״היברו״, דאס וועט אנפולן די גאנצע. מעשה מיט רענדאם ווערטער וואס איז פונקט פאסיג פאר אונזער לעקציע.

אצינד לאמיר סעלעקטן די גאנצע מעשה (story) און אפעלירן א פערעגרעף סטייל דערצו, לאמיר אים פשוט אנרופן “pharagraph” און בלויז גיבן א שיינע רעגולער ווילנא פאנט מיט א שיינע סייז, אביסל דזשאסטיפיי און ספעיסינג, עס זאל אויסקוקן ווי א ספר.


פשוטע ספר סטייל


לאמיר סעיוון דעם סטייל און גיין צום קערעקטער סטייל פאנעל, עפן א נייע סטייל גיב אים בלויז א ווילנא באלד פאנט, סעיוו אים אלס חלון, און דאס איזעס.


חלון סטייל


גיימיר צוריק צום פערעגרעף סטייל, קליק אויף ״דראפ קעפס און נעסטעד סטיילס״, מאך א נייע נעסטעד סטייל, חלון, ביז איין ווארט, און מיר זענען פארטיג מיט די סטייל אויך.


די פערעגרעף סטייל


יעצט לאמיר גיין צום עיקר, זאאם אריין ביים אנהייב פון ערשטן פערגרעף, וועל אויס די פרעים טול (f) מאך א שמאל-און-הויכע קליינע קעסטעלע (זע בילד), עפן אויף די ״טעקסט רעפ״ פענעל, וועל אויס די צווייטע אפציע פון לינקס, גיב אים אפאר פויטס אויף אראפ בערך אזוי הויעך ער זאל זיך אביסל אריינשטעקן אין די צווייטע שורה, אבער נישט צופיל (ווייל עס וועט מאכן פראבלעימעם אויב איז נאר דא איין שורה אין א פערעגרעף), און צום לעצט שטעל אן ער זאל זיך רעפן צו לינקס.


די קליינע אבדזשעקט



די טעקסט רעפ אפציעס



והנה חלון


אויב איזעס גוט קען מען גיין ווייטער, אויב נישט קוק איבער די בילדער און מאך זיכער אז אלעס איז גוט אנגעשטעלט.

לאמיר אננעמען אז אלעס גייט כשורה ביז דערווייל, העמער זיך נעמען צום עיקר, עפנט אויף דעם ״פיינד ריפלעס ווינדאו״ ctrl + f, גייט צו ״גרעפ״, און די פיינד פיעלד לייגט אריין די בוכשטאבן:

קאוד: וועל אויס אלע

^(.+?\s)


און די ריפלעיס פעילד לייגט אריין די אותיות:




די פיינד ריפלעיס אפציעס


וועלט אויס ער זאל זוכן אונעם גאנצן סטארי, אדער דאקומענט, ביי פיינד פארמאט, וועלט אויס די פערעגרעף סטייל, יעצט קאפי די אבדזשעקט וואס מיר האבן פריער געמאכט, און דרוקט ״טשענדזש אלל״, עס וועט זיך נעמען פארן שטיקל ביי שטיקל און פאבראצירן די חלונות, נאך א קורצע צייט וועט ארויפקומען א קעסטל אז ער איז פארטיג, און וויפיל חלונות ער האט געמאכט.


דאס איזעס וועל דאן!


יעצט ברויך מען פשוט סעיוון דעם גרעפ צו האבן פאר קומענדיגע מאל, אויבן פונעם זוכן קעסטל איז דא אזא דראפדאון וואס יעצט שטייט Custom נעבן דעים איז דא אן עררא אויף אראפ צו אנדייטן דעם סעיוו פונקציע, דרוקט דערויף און גיבט עס א שיינעם נאמען.


סעיוון דעם חלון פריסעט


צו אראפנעמען א חלון, מעקט מען פשוט אויס דעם אבדזשעקט, און אויב ווילמען צולייגן איינס, קען מען קאפי פעיסטן פון א צווייטע פערעגרעף.

נעמט און אכט אז די גאנצע פראסעס ברויך געמאכט ווערן איינמאל אלע טעקסט ליגט שוין אין די סטארי, אויב נישט וועסטו דארפן איבערמאכן די פראסעס און עס וועט ליגן מער ווי איין אבדזשעקט פער חלון, אויב איז דאס די מעשה, זע צו מאכן גאר א שמאלע אבדזשעקט, כדי עס זאל נישט ווערן גאר א ברייטע ספעיס צווישן די חלון און די צווייטע ווארט.


אהה… יעצט קען מען לערנען דערין


די מעלה פון די מהלך איז אז מען קען טוישן די סטייל וויאזוי מען וויל און אלעס טוישט זיך אויף איינמאל, און אז מען דארף נישט שטיין און אפלייען סטיילס שטיקל ביי שטיקל, פון די אנדערע זייט איז אביסל מאדנע אז מען לייגט אריין א אבדזשעקט אינמיטן א שטיקל…

פאר הערות http://indesign.toiglicher.com/קאפיטל-י״א-חלונות-ח״ב/

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2899
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:40 pm

אזא איבעראשונג... יישר כח!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 7:53 pm

נודה לך האט געשריבן:אזא איבעראשונג... יישר כח!!

וואס איז דער איבערראשונג? איך מיסס עפעס?

שמע בני
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 11:27 pm

קלענער מאכן טייל אויתיות אויף אינדיזיין

תגובהדורך שמע בני » זונטאג דעצמבער 30, 2018 9:20 pm

איז דא א מעגליכקייט אז אלע חצאי לבנה זאלן צ. ב. ש. ווערן צווי סייזעס קלענערע אויתיות? איך וועלך דאנקבאר זיין פאר הילף.
יישר כח למפרע


צב"ש: כתב בספר דברי תורה להרה"ק ממונקאטש זצ"ל (ח"א אות לג), מה שמקובל בידו מאבותיו הק'
איך וויל אז אלע מראי מקומות זאלן זיין קלענער און זיך נישט דארפן ארום שפילן מיט יעדע עקסטער.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1803
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג דעצמבער 30, 2018 9:26 pm

זע דא.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

שמע בני
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 11:27 pm

תגובהדורך שמע בני » זונטאג דעצמבער 30, 2018 9:34 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:זע דא.

יישר כח גדול ונורא

מוכר ספרים
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 10:31 pm

ווען מען שטעלט אויס א ספר אין אינדעזיין וואס אויף יעדע עמוד איז דא בילדער, איז דא א וועג אז די בילד אויפן עמוד זאל לינקן צו טעקסט ערגעצוואו אינעם ספר (אזוי אז אויב מאכט מען שינויים אין די עמודים וכדומה זאל זיך אלעמאל די בילד מיטריקן מיט די טעקסט)?

מוכר ספרים
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 10:32 pm

ווי אזוי מאכט מען אז יעדע ערשטע ווארט פון א פאראגראף זאל ווערן באלד?

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 11:39 pm

מוכר ספרים האט געשריבן:ווען מען שטעלט אויס א ספר אין אינדעזיין וואס אויף יעדע עמוד איז דא בילדער, איז דא א וועג אז די בילד אויפן עמוד זאל לינקן צו טעקסט ערגעצוואו אינעם ספר (אזוי אז אויב מאכט מען שינויים אין די עמודים וכדומה זאל זיך אלעמאל די בילד מיטריקן מיט די טעקסט)?

anchored object

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 11:39 pm

מוכר ספרים האט געשריבן:ווי אזוי מאכט מען אז יעדע ערשטע ווארט פון א פאראגראף זאל ווערן באלד?

nested style

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1386
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג ינואר 15, 2019 4:03 pm

ווי אזוי מאך איך סעיפים אין אינדיזיין

ס'זאל זיין א אריין געריקט

נאכדם א גאנצע סעיף

ב' און נאכדעם א גאנצע סעיף
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 978
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דינסטאג ינואר 15, 2019 5:45 pm

דו נוצט אטאמאטישע נומערס אדער דו לייגסט אריין אליינס די נומער פון די סעיף?

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » מיטוואך ינואר 16, 2019 2:57 pm

;l;p- https://www.amazon.com/?&_encoding=UTF8 ... ative=9325
Hakures hatov.PNG
Hakures hatov.PNG (147.05 KiB) געזעהן 897 מאל

מוכר ספרים
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » מיטוואך ינואר 23, 2019 8:45 pm

קען אפשר איינער אנצייגן ווי אזוי מען מאכט א העדער אין א קונטרס און יעדע נאמען פון קאפיטל זאל לויפן איון יענעם קאפיטל אויפן העדער?
מיט דאנק

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 10:29 am

איך מוטשע מיר שוין א לאנגע צייט ווען עס קומט אויסצושטעלן א גרעסערע פייל, ווי א ספר וכדומה, אויב וויל איך זיך באניצן מיט Spam אדער א פייל מיט פוטנאטס, און אפילו סתם אריינברענגן א גרויסע פייל, ארבעט די נייערע - CC - אינדיזיין פיל שווערער און שטאטער, ער ווערט ממש ווי געפרארן, עס האלט און איין קראכן. אפגערעדט ווען מען מאכט Justfify איז נורא נוראות, ממש מ׳שפירט ווי די פראגרעם איז נישט געמאכט פאר ספרים.

משא״כ CS האט טאקע נאך נישט אסאך פון די פיטשערס, אבער עס פארט א מחי׳.

איז דא איינער וואס ניצט געהעריג CC פאר ספרים מיט די נייע פיטשערס?

און טאמער יא, וואס קען זיין די גרמא בניזיקין?

א דאנק
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:28 am

תגובהדורך משה הקטן » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 10:45 am

אהא... גוט צו וויסן אז ביי ענק סלוי'ט אויך...
דא פארקויפט מען מיר אז אלעס איז מיין פראבלעם... :wink:

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 11:00 am

משה הקטן האט געשריבן:אהא... גוט צו וויסן אז ביי ענק סלוי'ט אויך...
דא פארקויפט מען מיר אז אלעס איז מיין פראבלעם... :wink:


יא, שוין גערעדט מיט אסאך פראפעסיאנאלן, וואס שטעלן שוין אויס שפרים לאנגע יארן, און זיי האלטן זיך ביי CS4 וואס דאס ארבעט די בעסטע פאר גרויסע ספרים, אפילו מען דארף אליין מאכן מיט די הענט ספעם, און פוטנאט׳ס.

CC איז פונקט גוט פאר גרעפקיס, קלענערע זאכן, וכדומה.

איך וויל אבער דא אויסשמועסן, און זעהן צו ס׳איז טאקע א צרת רבים, אדער שוין דא געהאלפענע.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 11:46 am

איינע פון די מעלות פון אויסשטעלן אין תג, עס ארבעט גאר שנעל, מאכט נישט אויס וויפיל סקריפטס און ווי גרויס די ספר איז.

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 6:36 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:
משה הקטן האט געשריבן:אהא... גוט צו וויסן אז ביי ענק סלוי'ט אויך...
דא פארקויפט מען מיר אז אלעס איז מיין פראבלעם... :wink:


יא, שוין גערעדט מיט אסאך פראפעסיאנאלן, וואס שטעלן שוין אויס שפרים לאנגע יארן, און זיי האלטן זיך ביי CS4 וואס דאס ארבעט די בעסטע פאר גרויסע ספרים, אפילו מען דארף אליין מאכן מיט די הענט ספעם, און פוטנאט׳ס.

CC איז פונקט גוט פאר גרעפקיס, קלענערע זאכן, וכדומה.

איך וויל אבער דא אויסשמועסן, און זעהן צו ס׳איז טאקע א צרת רבים, אדער שוין דא געהאלפענע.

לכאו' דארף עס משוגע אסאך רעם... לאמיר זאגן 32

מוכר ספרים
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » מאנטאג ינואר 28, 2019 12:00 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:איך מוטשע מיר שוין א לאנגע צייט ווען עס קומט אויסצושטעלן א גרעסערע פייל, ווי א ספר וכדומה, אויב וויל איך זיך באניצן מיט Spam אדער א פייל מיט פוטנאטס, און אפילו סתם אריינברענגן א גרויסע פייל, ארבעט די נייערע - CC - אינדיזיין פיל שווערער און שטאטער, ער ווערט ממש ווי געפרארן, עס האלט און איין קראכן. אפגערעדט ווען מען מאכט Justfify איז נורא נוראות, ממש מ׳שפירט ווי די פראגרעם איז נישט געמאכט פאר ספרים.

די בעסטע איז טאקע צו מאכן Justfify די לעצטע זאך, נישט דאס האלטן אין איין מאכן אויף יעדן עמוד.

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » מאנטאג ינואר 28, 2019 1:00 pm

מוכר ספרים האט געשריבן:קען אפשר איינער אנצייגן ווי אזוי מען מאכט א העדער אין א קונטרס און יעדע נאמען פון קאפיטל זאל לויפן איון יענעם קאפיטל אויפן העדער?
מיט דאנק

http://yiddishworld.com/forum/viewtopic ... d#p1495435


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט