סקווער - סווייפן קרעדיט קאַרדס פון אייער סעלעפאן

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

סקווער - סווייפן קרעדיט קאַרדס פון אייער סעלעפאן

תגובהדורך thefact » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 2:49 pm

סקווער - סווייפן קרעדיט קאַרדס פון אייער סעלעפֿאָן

איינער פון די מייסדים פון טוויטטער זשעק דאָרסיי איז לעצטענס ארויסגעקומען מיט א נייעם פראדוקט ער רופט עס 'סקווער' (נישט די שטעטל)

'סקווער' איז א נייע פּראָדוקט וואָס וועט ערמעגליכן מאביל דעווייסעס צו סקענען קרעדיט קאַרדס.

איצט, אַרבעט סקווער בלויז אויף די עפּל אייפּאד

סקווער קען ווערן אַ ביליגער אָלטערנאַטיוו צו די טייערע פוינט אף סעיל (POS) קרעדיט קאַרד דעווייסעס.

סקווער איז אַ קליין אַפּאַראַט אזוי ווי די גרויס פון אַ סטעמפ עס פּלאגט זיך אַריין אין די 'העדפאָון זשעק' פון געוויסע סמאַרטפאָנ'ס, (סקווער' האפט פארשטייט זיך אז מיט די צייט וועלן עס אלע סמארטפאונט סאפארטן) געוויסע מידיע פּלעיערס און אין אלע קאָמפּיוטערס.

מ'וועט קענען סווייפן די קרעדיט קאַרדס דורך דעם אפאראט, און אונטערשרייבן די טרענזעקשאן דורך די טאטש סקרין.

א טרענזעקשאן רעסיט וועט מען קענען באקומען אין פארעם פון אן אימעיל, אדער א לינק צום רעסיט אין א טעקסט מעסעדזש.

לויט סקווער'ס וועבסייט Squareup.com, וועט סקווער נישט אוועקלייגן די קרעדיט קאַרטל אינפֿאָרמאַציע
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 3:15 pm

בילד
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 3:28 pm

WOW
עס זעהט אויס גוט!!
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

תגובהדורך קבל את האמת » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 3:32 pm

טאמער מען וויל קען מען אננעמן קרעדיט קארד און אריין טייפן און טעלעפאן פרעגט אייער מערטשענט קאמפאני

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 3:48 pm

די חכמה איז אן אריינטייפן און אן א מערטשענט קאמפאני

גיימיר ברענגען אויסצוגן פון אן ארטיקל אין פי סי ווארלד
http://www.pcworld.com/businesscenter/a ... _cash.html
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 7:06 pm

אהה, דאס איז שוין א חידוש אן א מערטשענט אקאונט!
דאס הייסט א בחינה פון פעיפעל נאר מיט א סעללפאן.

לאמיר שוין גיין עפענען אן אקאונט ביי די סקווירא חברה..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 9:40 am

סקווער נאטיצן...

סקווער - קען מיינען דער סוף פון קעש
טוויטטער קאָ-גרינדער 'זשעק דאָרסיי' איז אויף אַ מיסיע צו האַרגענען געלט. ער האט ליב געלט, אבער נישט קיין פאקטישע געלט טרענזעקשאנ’ס זיין נייע אונטערנעמונג 'סקווער', קען הילף ביזנעסער - גרויסע און קליינע - און אפילו פשוטע מענטשן עלימינירן דעם געברויך צו טראָגן געלט...

דער געדזשעט איז בחנם
מיר גייען טיילן דעם סקווער געדשזעט פאר פרי ווייל עס קאסט אונז זייער ביליג צו פאבריצירן - האט דארסיי געמאלדן....

סקווער קען לייענען די מאַגנעטישע סטרייפ פון קרעדיט קאַרדס
עס זענען טאקע דא אַ סאך אייפאָן אַפּליקעישאנס וואָס ערמעגליכן קרעדיט קאַרט פּעימענטס, אָבער מ'דאַרף מעניועלי אַריינשרייבן די קרעדיט קאַרט נומבער. סקווער צייכנט זיך אויס מער פֿון אלע אַפּליקעישאנס מיט דעם וואָס זי שטעלט צו בחנם פאר יוזערס אזא קליינע – נו ווי זוי רופט זיך עס נאר אה .... א סקווער (א קליין סקווער באקסעלע) – א געדזשעט וואָס קען לייענען די מאַגנעטישע סטרייפ פון קרעדיט קאַרדס...

מ'דארף ניט קיין מערטשענט אַקאַונט !!!
ביזנעסער אין אַלגעמיין מוזן צאלן פערסענט און מוזן זיין סובסקרייבט צו אַ קרעדיט קאַרד מערטשענט אַקאַונט כּדי אנצונעמען קרעדיט קאַרד פעימענט’ס, ווייטער די סווייפער מאשין וואס זיצט נעבן די קעש רעדזשיסטער קאסט אויך, אדער איז עס געליסט פון די מערטשענט אַקאַונט.....

די קאפ ווייטאג און אפצאלן וואס קומט מיט א מערטשענט אַקאַונט האלטן אפ פילע ביזנעסער פון זיך באדערן מיט קרעדיט קארד פעימענט’ס, סקווער וועט זיין א ריזיגע בענעפיט פאַר פילע קליינע ביזנעסער וואס וועלן קענען אננעמען קרעדיט קאַרד פעימענט’ס אָן האבן אַ מערטשענט אַקאַונט...

נישט קיין טשעינדזש!
ניצן סקווער מיינט, מוועט מער נישט מוזן טראָגן געלט מיט זיך, ווי אויך מיינט דאס מ'וועט זיך מער נישט דארפן באדערן מיט טשענדזש. יעדער ווייסט ווי אומבאקוועם עס קען זיין צו האבן א קעשענע פול פון דיימס, ניקעלס, פּעניס, און קוואַדערס, וויאויך דאס נישט האבן קעש געלט מיט זיך טוט מינימיזירן די שאדן אין פאל מ'פאַרלירט דאס בערזל. א פּשוטע טעלעפאן קאל צום באַנק צו מעלדן אַז איר האט פארלוירן אייער קרעדיט קאַרטל און איר זענט אלל סעט....

נישט קיין דזשערמס!
נוצן און טוישן געלט קומט מיט אסאך דזשערמס. איר האָט נישט קיין אנונג ווי דעס געלט איז געווען, למשל ווען א צייטונג פאַרקויפער אין די גאס געט אייך 1.75 $ אין טשענדזש, די דאָלאַר ביל און די 3 קוואדערט קען שוין האבן דורך געטוישט צענדליגער הענט היינט אליין, און קען זיין אנגעשטעקט מיט א קאלד אדער חלילה סוויין פלו דזשערמס....
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 9:45 am

טאקע אנע מערטשענט אקאונט אבער קאסט געלט פער טראנזאקציע, פונקט ווי פיעפעל.

טא וואס האקן די סקווירא אין קאפ..?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 9:55 am

שוועמל
וויפיל טשארדזשן זיי פער טרענזעקשאן?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 11:02 am

איך ווייס נישט וויפיל באט ס'יז אנגעהוקט צו א באנק און זיי רעכענען מסתם פונקט ווי פיעפעל ארום 2.9%.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

Square Up Credit Card

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך נובעמבער 21, 2012 7:59 pm

לכתחילה אריבער דא האט געשריבן:יעדער וויסט אז מען זאגט שוין לאנג אז מיט די צייט וועט מען נישט דארפן גארנישט האבן נאר א סמארט פאון, נישט קיין געלט, אפי' נישט קיין קרעדיט קארד, נישט קיין פאספארט, און נישט קיין איידי, עכ"פ דער סמארט פאון נעמט צוביסלעך איבער נאך און נאך פונקציעס פונעם לעבן.

עס איז שוין לאנג דא אזא עפפ צו טשארדזשען קרעדיט קארדס אויף א סמארט פאון, אבער די קאמפאני "סקווער" (Square) איז געגאנגען א טריט ווייטער און אין 10' האבן זיי ארויסגעגעבן אזא שטיקל, וואס מען שטעקט איין אינעם פאון, און מען קען געהעריג "סווייפען" די קארד אררין אינעם פאון, ווי א געהעריגער טערמינאל, וואס יעדע געשעפט האט.

זיי זענען צוביסלאך געוואקסען און זיי האבן געמאלדען אז זיי האבן יעצט דערגרייכט די אסטרענאמישע סכום סעיל'ס 10 ביליאן דאלער סעילס א יאר!! די נייעס איז נאך מער אינטערעסאנט ווייל הערש פארגאנגענעם פרילינג האבן זיי דערגרייכט די מיילשטיין 5 ביליאן, און שוין אין ווייניגער ווי א יאר, האבן זיי עס געדאפלט!

(אז איר פארשטייט נישט ווי אזוי מען קען אנהייב יאר מאכן 5 ביליאן דאלער ס'עילס און יעצט 10 ביליאן, איז זייער פשוט, עס מיינט נישט אז זיי האבן געמאכט אזויפיל סעילס, נאר עס מיינט אז זיי מאכן אזויפיל טעגליך אדער וועכענטליך, אז אויב עס גייט ווייטער אזוי, וועט עס גרייכען די סומע. אבער באמת אויב עס גייט ווייטער ווי די שוואונג, וועלן זיי מאכן סאך מער ווי 10 ביליאן דאס יאר.)

בילד

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך נובעמבער 21, 2012 7:59 pm

קען מען טשארדזשען קרעדיט קארדס דורך זיי אן א פאון?

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובהדורך geek » מיטוואך נובעמבער 21, 2012 8:37 pm


אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך נובעמבער 21, 2012 8:42 pm

געזיכט SQUARE און נישט געפינען
סאיז מיר נישט בייגעפאלן צי זוכן סקווער...

yidel456
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 11, 2010 11:17 am

תגובהדורך yidel456 » מיטוואך נובעמבער 21, 2012 8:47 pm

(Intuit GoPayment offers same service but if you want to charge online then it's $12.95 per month (first 2 months free

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 2:20 pm

איז איינער אפשר באקאנט מיט www.payanywhere.com ? זיי זענען לכאורה די ביליגסטע נאר 2.69% פער טרענזעקשאן, נישט קיין שום אנדערע טשארדזעס.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » פרייטאג מארטש 04, 2016 10:44 am

סקווער לאזט שוין דיפאזיטן אויפן פלאץ, זיבן טעג א וואך, ביז $2,500 אויפאיינמאהל, פאר א פי פון איין פערצענט. עס האט נישט קיין לימיט וויפיל אינסטענט דיפאזיטס מען קען מאכן אין א טאג.*


*נייע סעלערס קענען נאר מאכן אינסטענט דיפאזיטס איינמאל א טאג ביז $500.00


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט