בלאט 1 פון 1
קעמערא S3 IS לאו בעטערי
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 2:56 pm
דורך פאטאקי08
איך האב א קעמערא
http://www.dpreview.com/news/0602/06022111canons3is.aspcanon
S3 IS
ער ווייזט מיר אז די בעטערי איז לאו און לאזט נישט כאפן קיין פיקשטערס ביז איך דריק אפאר מאל דעם שאטער און ער כאפט
למעשה איז עס נייע בעטעריס דזשאסט ארויס פון ריטאשרדזשער
עני העלפ?
ווייסט איינער ווי מקען שיקן פארריכטן אזעלכע זאכן?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 5:31 pm
דורך קרעמער
איך האב געהאט אזא פראבלעם מיט א קענאן קעמרע, איך האב עס צוריקגעשיקט און זיי האבן עס כלומר'שט פארראכטן. די צווייטע מאל האב איך מיך דערמאנט שוין נאכן וואראנטי, און זיי האבן גערעכנט איבער 100 דאלער, אבער דאן האבן זיי דאס שוין גוט פארראכטן.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 8:22 pm
דורך גימעל
אדון קרעמער וואס מיינט איר צו זאגן דערמיט, אז פאר געלט קענען זיי עס פארעכטען?
(אדער אז אהן געלט פארעכטען זיי עס 'כלומר'שט'?)
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 10:33 pm
דורך קרעמער
איך מיין צו זאגען אז אויב די וואראנטי איז נאכנישט אפגעלאפן, זאל ער עס צוריקשיקן, אבער נאכן ריפעיר זאל ער זיכער מאכן אז עס איז טאקע פארראכטן, אויב נישט זאל ער דאס תיכף צוריקשיקן און נישט ווארטן ביז די וואראנטי לויפט אפ און עס זאל אים קאסטן געלט צו פארריכטן.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 9:36 am
דורך פאטאקי08
שכח קרעמער פאר די אינפאוי
סמיינט אז איך דארף עס שיקן מיט יופיעס צי קענאן און זיי זאלן מיר עס פארעכטן פאר א מאה?
די וואראנטי איז שוין אפגעלאפן
געקויפט אויף איבעי עטליכע יאר צוריק
און גענומען א דריי יאר וואראנטי פון סקווער טרעיד (וואס איז אפגעלאפן אפאר חדשים צוריק; גראדע האב איך די פראבלעם שוין אויך אפאר חדשים...)
סקווער טרעיד שיקט מיר יעצט ווי זיי פיקסן די זאכן
http://www.unitedcamera.com/