האנדא U3-X קאר-בייק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 24, 2009 10:14 am
די קאר/ראבאט פירמע האנדא האט ערצייגט א נייע מין פאהר מאשין, מען קען דערמיט פאהרן פארנויס, בעקווערדס אין אויך זייטוועגס, דער מעשין באלאנסירט זיך אליינס ביז א שנעלקייט פון 3.7 מייל פער שעה, דער יו-3-עקס בייק איז שוין אויסגעפריווט געווארן אין יאפאן, עס איז קליין אין זיכערער, עס פארמאגט איין רעדל וואס ארבייט דורך עטליכע מאטארישע רעדער דעראינען, ערלויבענדיג דער מאשין צו פאהרן אין זייטן, דער מאשין איז דערוויל נאכנישט דא צום פארקויפן, האנדא האלט עס דערוויל אלץ פראבע.
דער יו-3-עקס וועגט וויניגער ווי 22 פונט, א פילע באטאריע פיהרט עס פאר א שעה.
דער יו-3-עקס וועגט וויניגער ווי 22 פונט, א פילע באטאריע פיהרט עס פאר א שעה.