גיי דא, האב איך געהייסן!!! (GPS פאר פיסגייער אן א סקרין)
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 04, 2009 12:05 pm
א דשי פי עס פאר פיסגייער. נאר אנשטאט דארפן קוקן אויפן סקרין וועט ער דורכן אויער דיקטירן ווי מען זאל וואקן.
א טעכנעלאגיע פירמע אין יאפאן איז אויפגעקומען מיט א טאקטיק, וואס ביי אונז יודען איז עס שוין אנגענומען פאר דורי דורות, (נאך א אייטעם פארן 'צייטשריפט' וואס די גוים האבן געגנבט פונעם חכמת עם ישראל).
זיי זענען אויפגעקומען אז ווען די ווילסט מאכן א מענטש קומען נענטער צו סיי ווי............ שלעפ אים ביי די...... אויער...
די פירמע האט ביי א שוי אין ניו ארליענס, פארגעשטעלט דעם נייעם pull-navi נעוויגאציע סיסטעם (ווארשיינליך נאר פאר פיס גייער), וואס מען טוט אן א העלמעט אויפן קאפ, און עס שטעקט זיך ארויס 6 פיסלעך......... צו שלעפן די אויער (נאך אלץ נישט ווי מיין רבי...... ער פלעגט עס טון מיט איינס). די פירמע זאגט אז די נאטור פון א מענטש איז ווי מען שלעפט די אויער דארט גייט ער: אויף פאראויס, מאכט עס אים גיין שנעלער. אויף צוריק, שטייטער. ארויף, גייט ער ארויף טרעפ. אראפ, גייט ער... אראפ. אא"וו.
(ווי עס קוקט אויס וועט די נעקסטע ווערסיע דערפון האבן א קאלענדער, וואס וועט אויטאמאטיש ציען די אויער אויפן געבארטסטאג. [ביי די 95 יאר וועט ער ארויף וואקן פינף און ניינציג טרעפ] אפשר גאר וועט מען שוין קענען פון אמעריקע ציען די אויער פאר איינעם אין יאפאן).