בלאט 1 פון 1

כשר קאר

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 1:48 pm
דורך תמים
די טעכנלאגיע וועלט האט זיך נאך אביסל אויסגעברייטערט. און עס איז ארויבגעקומען נאך א חפץ אויפן מארקעט. מיטן נאמען כשר קאר. אויפן ערשטן תמימות'דיגע בליק ווען מען הערט די נאמען. קען זיך דאכטן אז מען רעד דא פון א מאדעל וועלכע עס איז דומה צו כשר[ J]נעט אדער צו קאשער טעל וכו'. און עס עס ארבעט מער ווייניגער דו זעלבע שטייגער ווי דו אויבערדעמאנטע פראגראמען אז מען לייגט דאס ארויף א קאר. און מען פארט דורך איינע פון טרייפענע גאסן לאזט זיך אראפ א ווינדא שעט. און עס לאזט נישט ארויס קוקן. און דאס זעלביגע בא די ראדיא אויב קומט מען אן אויף א פאזציע ווי נשים רעדן-זינגען צינדט זיך אטאמאטיש אן ר'יוסף חיים וכו'. אבער נאכן דורך טוהן די זאך. נאכדעם וואס איך האב עס גוט באטראכט אין מיין זשידעקיא געשעפט. האט זיך עס ארויס געשטעלט פאר גאנץ אן אנדרע בילד.

דאס איז אן SD קארד וועלכע מען לייגט אריין אינעם GPS. און עס ווייסט אן עטליכע היימישע חסידישע געגענטער ווי מאנסי סקווער פארשעי. מאנרא און די קעסקילס אלע אנווייזונגען ווי ס'געפונט זיך ווי ספרים סטאר'ס. בתי מדרשים מקוואות. באנגעלוי קאלעני'ס ,קעמפס, האטעלן, מאטעלן, שאפינג פלעצער, רעסטעראונטן, בעקערי'ס, ודומיהן, ווי אויך קען מען זעהן תפילת הדרך, אויפן סקרין עס איז נאר געאיינגט פאר זי זשי פי עס פון די קאמפעני גארמין. א קיצור עס קען געלעזט ווערן די פראבלעם פון זוכן פלעצער און מען וועט נישט מער דארפן ארויסשרייען פון פענסטער יונגעלע וויאזוי קומט מען אן צו ביהמ"ד נחלת ברוך. די פרייז וואס איז געשטאנען איז $25 לאמיר האפן אז סוועט צוניץ קומען

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכך

פאר מער איינצולהייטן קען מען באזוכן אויף
http://www.bigmangps.com

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 1:50 pm
דורך תמים
א בילד פון די פראדוקט

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 1:51 pm
דורך תמים
אנווייזונגען פוןבעק

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 1:53 pm
דורך תמים
די קאמפעני לאגא

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 2:09 pm
דורך ברוך_שמו
יא, יא, זייער שיין..
יעצט וועט יעדער איינער קומען און עס אריבערקאפיען פון א פריינד.. און שוין..

וויאזוי פלאנט די פירמע צו פארדינען עפעס דורך די ערצייגונג?..

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 08, 2009 2:10 pm
דורך קרעמער
די הוי אמינא (פון ר' יוסף חיים און די ווינדאו שעידס...) איז נישט קשה... אפשר לייגסטו דיך אריין דערין?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 1:14 am
דורך שוטה
ברוך_שמו האט געשריבן:יא, יא, זייער שיין..
יעצט וועט יעדער איינער קומען און עס אריבערקאפיען פון א פריינד.. און שוין..

וויאזוי פלאנט די פירמע צו פארדינען עפעס דורך די ערצייגונג?..


איינמאל מען אינסטאלירט עס אין א 'דזשי פי עס' ווערט אטאמאטיש אויסגעמעקט די אינסטאלעישאן אפשאן פון די קארטעל [אויב וויל מען עס נוצען אין אפאר כלים האט מען א ברירה עס נישט צו אינסטאלען נאר די קארטעל מוז ליגען אגאנצע צייט אינעם 'דזשי פי עס'].

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 10:08 am
דורך יאנאש
גוטע איידע, לאמיר האפן אז זיי וועלן דאס פארברייטערן פאר אנדערע מאדעלן אויכעט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 12:31 pm
דורך געלעגער
די איידיע איז פיין, איך ווינדער מיך נאר וואס ס'גשעהט ווען מלייגט אריין ראסס סט. אין די גפס,
ס'איז דא דארט בערך צעהן בתי מדרשים אין אפאר גראסעריס,
לכאורה גייט די סיסטעם קראכען...
עה... דאס איז פאר די וויץ..

אין די מאונטענס וואלט געוועהן א'מחי' עס צי האבען,

תמים ש'כוח פאר די נייעס,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 3:21 pm
דורך bailout
ייש''כ תמים, אינטערעסאנט געווען צו הערן, אין די הו''א בין איך זיך מצטרף צו קרעמער

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 19, 2009 12:46 pm
דורך שוטה
לייג איך אריין אז איך וויל אנקומען צום בית החיים אין ק"י, בין איך אנגעקומען צו א פארווארפענעם ביה"ח און לכבוד דעם געבלאנדזעט א 20 מינוט, דאכציך מיר אז רוב מענטשען ווען זיי זאגען ביה"ח מיינען זיי דעם ביה"ח הידוע, איך בין טאקע מחשיב זיינע פאליטישע דעות אבער נישט אויפן חשבון פון מיין געלט און צייט.