פארוואסזשע וויינסטו?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 3:41 pm
א קאמפאני האט אינזינען געהאט דיין שלאף, זיי האבן דערשפירט אונזער ווייטאג און געהערט אונזער ווייגעשריי וואס כמעט יעדע טאטע מאכט מיט 2 אזייגער ביי די נאכט.
מיט די פידשאמעס לויפט מען אריין צום קינדער צימער זען וואס די בעיבי פארפירט אזוי, די באטל איז נאך נישט ליידיג, די קארעלע/דאלי ליגט געהעריג אויףן פלאץ, א שמעק אויפן דייעפער פארציילט אויך נישט עפעס אויסערליך, יעצט דארפן טאטע מאמע מאכן א מיטינג און דערגיין וואס דער פיצי נפש'ל האט זיך אפגעמאכט צו פארפירן, ביז היינט פלעגט זיך עס שליסן ווי יוסף משה כהנה זאגט: מיט א קיש אויף אויף די שטערן זאגן זיי גוט שאבעעס.
http://www.thinkgeek.com/geek-kids/newborn-infant/bea5/
צינד אן דעם why cry baby analizer און ער וועט דיר שוין אלעס פארציילען, די מאשינקע דארף זיין אין די זעקס פיס פונעם בעיבי און ווי זיי געבן אן דארף עס צו פארציילן, צו דער בעיבי איז: שלעפעריג, הונגעריג, באורד, נישט אין די מוד, סטרעסד, יעצט אויב ביסטו גרייט צו אינוועסטן א נישטיגן הונדערטער (די וואס האבן זיך אפגעבריעט מיטן סאלאט שניידער האבן שוין געהאט זייער טשענס) ריכט דיין מייזל צום אויבן דערמאנטע לינק און האנדעל דיר עס איין.
רעקעמענדעישן! מאכט עס גלייך ווי דער קטן/ה נעמט זיך וויינען ווייל אויב וועקט ער אויף נאך איינע פון די געשוויסטער איז די זאך כאדאראם, ווייל יעדע גערודער שטערט די פונטליכקייט(?)
תגובות ווועלקאם!