בלאט 1 פון 1

די וועלטס קלענסטע מייקראוועיוו beanzawave

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 1:35 pm
דורך אנאנימער
וואס זאגסטו צו דעם פלאן? געענדיגט מיט דעם פראבלעם פון גיין אנווארעמען דיין עסן אין אפיס אינעם פובליק מייקראוועיוו, וואס געווענליך ביים ארויסנעמען איז מיטגעקומען חאזעריי פונעם פריערדיגן הונגעריגן, וואס בדרך כלל האט ער ליעב ווארימע הערינג...... און אויף דיינע טשיעס בלינצעס האט זיך באזעצט א קליינע הייסע ציבעלע....

געענדיגט!!!

די באוואוסטע קעטשאפ פירמע "היינז" האט באריכטעט אז זיי פלאנען ארויס צוקומען מיט קליינע פארטעבל מייקראוועיוו, און ווי אזוי גייט עס הייסן? ניין נישט צוגעטראפן, די צונאמען איז דעסקטאפ מייקראוועיוו, עס איז ספעציעל דיזיינט פאר זייערע "סנעפ פאטס" רעדי מיעלס וואס נעמט א מינוט אנצו-ווארימען, די הייעך פונעם מ"וו וועט זיין זיבן א האלב אינטשעס, און דאס בעסטע פון אלעם איז אז אויב דיין באס לאזט דיך נישט איבער א עקסטרע (האט מורא אז פונעם ב"ב וועסטו קאמאנדעווען אין קרעטשמע) אוטלעט, נאו פראבלעם שטעק אריין דעם יו עס בי אינעם קאמפיוטער און היידא! אין קעיס אף עמערדשענסי, פארנעמט עס אויך ריטשארטשעבל בעטעריס.

ביסט אויפן וועג צום קאנטרי די קינדער האבן גארנישט געגעסן א גאנצן טאג, די לעצטע מינוט איז מען צוריק געלאפן ארויסנעמען פון פריזשערעיטער אפאר קאלטע טשיקען באדאמס, און אז דאס קינד וויל עס נישט עסן כאפט ער אריין קאלטס (די פלייש) און ווארעמס (פעטש), פון היינט(???) און ווייטער איז עס פיינע נייעס, אויפן טרו-וועי (אדער אויפן 208, פרעג דעם דאיען דיירעקשאנס) נעמט מען ארויס דעם "ביענזעוועיוו", נישט ריטשארדשד דעם בעטערי? נשקשה נעם אפיר דעם לעפטאפ און.....
זיי האבן נאך נישט געמאלדן א צייט מיט א פרייז, זיי קוקן נאך איבער ווי שטארק די פארלאנג איז.
אידער וועי האטס א פלעזענט לאנטש/בראנטש.

פאר מער http://www.techeblog.com/index.php/tech ... s-on-video

העמיר ווארטן צו הערן וואס די געזונטהייט חברה וועלן זאגן, ווייל זיי גייען נוצן טעליולער (רעדיט רעמער, נעעע די קוף ארבעט) שטראלן. (באלד וועט מען מיט א קליינע פלאג עס קענען ניצן פאר א טעלעפאון אויך)

חחחח זיבן א האלב אינטשעס... נאך אלץ קלענער ווי דער ערשטע סעל

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 2:26 pm
דורך thefact
שכח פאר די אינטערעסאנטע נייעס!
אזוי שיין באשריבן!
ברענג אונז כסדר די מינע נייעס!

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 3:13 pm
דורך אונגארישער
שכוח אנאמיער

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 3:33 pm
דורך קרעמער
הערליך שיין באשריבן, יישר כח (באזונדער פאר די רעדיט).

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 6:11 pm
דורך געלעגער
די איידיע איז א געוואלדיגע,
אין דיין שריפט איז נאך בעסער,
האסט נאך עפעס גיטס? פאק אויס ווארעם עס אן אין סערוויר דא פארן עולם.

.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 7:05 pm
דורך יאנאש
סוווווויט, יישר כח פאר די נייעס.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 7:11 pm
דורך איך_הער
אנאני, זייער שיין באשריבן, יישר כחכם.

האמער שוין איינעם אפשר וואס גייט אויפלעבן דעם פארום אויך.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 8:15 pm
דורך משה קארנפעלד
אנאנימער כא מורא ביסט פון די לעצטיגע חברה דאס וואס קומען הינטערן טיר אריין נערן דעם ציבור....

פארפאלן מיט דעם שריפט האסטו מיר עס אריין געשטיפט אין מויל אריין....