בלאט 1 פון 1
ניי אין די עולם האינטערנעט: "וואלפראם אלפא"
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 6:07 pm
דורך פרעזידענט
עס ווערט באריכטעט אז א נייע "סורטש ענדשזין" וואלפראם אלפא וועט זיך עפענען דעם מאי 2009, ווייסט איינער מער פרטים?
וועט דאס אפעקטירען די גוגל מאכט?
http://www.wolframalpha.com/http://www.independent.co.uk/life-style ... 78109.html
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 6:09 pm
דורך שמערי בערי
ביטע ריקן צום פלאץ...
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 7:28 pm
דורך שוועמל
לויט אנאליסטן וועט דער נייער אלפא שטעלן גוגל'ן אין שאטן!!
עס האט די מעגליכקייט צו ווערן "די סירטש ענזשין" פון די צוקונפט !!!
לאמיר זען וויאזוי גוגל וועט דערויף רעאגירן.. איך פערזענליך גלויב אז זיי קענען דאס אויך צושטעלן און נאך בעסער ווי אלפא....
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 7:44 pm
דורך חידוש נפלא
שוועמל האט געשריבן:לויט אנאליסטן וועט דער נייער אלפא שטעלן גוגל'ן אין שאטן!!
עס האט די מעגליכקייט צו ווערן "די סירטש ענזשין" פון די צוקונפט !!!
לאמיר זען וויאזוי גוגל וועט דערויף רעאגירן.. איך פערזענליך גלויב אז זיי קענען דאס אויך צושטעלן און נאך בעסער ווי אלפא....
פארוואס עפעס זאל דאס שטעלן גוגלען אין שאטן? וואו שטעקט די מורא'דיגע מעלה דארט מער ווי גוגעל?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 9:46 pm
דורך פרעזידענט
די "וואלפראם אלפא" סוירטש ענדשזין'ס ציל איז צו פארענטפערן אלע אייערע פראגעס.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 10:30 am
דורך thefact
א לענגערע פרעזענטאציע אין הארווארד יונעווערסיטי (אכטונג: אסאך שווערע ווערטער ספעציעל פאר גיק'ס - GEEKS - ס'נעמ'ט קרוב צו צוויי שעה)
hubguugrhttp://cyber.law.harvard.edu/ev ... 04/wolfram
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 10:48 am
דורך עפל קאמפאוט
עס איז דא נאך גיטע סירטש ענזשין'ס וואס מענטשן נוצן ווי למשל
http://www.ask.com
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 2:32 pm
דורך באנקיר
ס'קוקט ענדערש אויס אז ס'וועט שטעלן אין שאטן וויקיפעדיא,
ס'ווערט מער זוכן אינפארמאציע אויף זאכן, ווי איידער טרעפן לינקס צו וועב זייטלן פון קאמפאניס וכדו'.