בלאט 1 פון 1

ניי סערוויס: פארפאסט קיינמאל נישט קיין קרי"ש בזמנה!

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 12:45 am
דורך DotCom
מיט די הילף פון די היינטיגע טעכנאלאגיע וועט איר מער קיינמאל נישט פארפאסן קיין קריאת שמע בזמנה, פאר בלויז 20 $ א חודש וועט א קאמפיוטער מיטן פנים אויסגעדרייט קיין ירושלים ליינען פאר אייך קריאת שמע יעדן טאג בבוקר ובערב, ער וועט עס ארויסזאגן הויעך און קלאר יעדע אות לכל הדעות און איר קענט רואיג בלייבן שלאפן ביז ווען איר ווילט.

די קאמפעני האט אויך אנדערע סערוויסעס ווי למשל די דריי טעגליכע תפילות, קדיש יתום, תהילים, אזוןי אויך קענט איר אריינשיקן אייער אייגענע תפילות מיטן נאמען אויף וועם מען ברויך מתפלל צו זיין, ליידער - זאגט דער ערפינדער פונעם סייט - אזוי ווי איבעראל זענען א אויך דא דא מענטשן וואס נוצן עס אויס צום שלעכטן און שיקן אריין מתפלל צו זיין קללות אויפן חבר'ס חשבון, אבער רוב נוצן עס יא אויס צום גיטן, ב"ה.

http://informationageprayer.com/jewish.html

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 2:04 am
דורך שוועמל
אריין אין ליצנות פורום... (שוין דא אזאנס?)

קאמפיוטער אויסגעדרייט קיין ירושלים, די סקרין אדער די מוח?
קען מען דען יוצא זיין קר"ש מיט א שליח?
וואס איז דאס געלט גענעמאכץ דא, וויל ער ארייננארן תמימי לב? אן ארכי שווינדלער...

שוין ווידער אן פאנזי שווינדל... מעידאף סטיל

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 7:29 am
דורך יאנאש
יוי אידאס זיס.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 10:03 am
דורך שטרויזאק
;l;p-

פאר אפאר דאללער ביניך אויך גרייט צו ליינען קרי"ש מיטן פנים אויסגעדרייט צו וואו דו ווילסט.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 10:26 am
דורך אלף בית
פאר אפאר טאללער בין איך גרייט צו גיין אויף "דייעט" פאר דיר.
100$ דר. עטקינס א וואך
לאו פעט 90$
א שעה עקסערסייז 35$
(די דייעט פראדוקטן וואס איך וועל מיזן קויפן איז נישט אינקלודעט און פרייז)

ספעשיל
מענטשן וואס ווילן הנאה האבן פון א גוט שטיקל מזונות וואס דער דאקטער לאזט זיי נישט עסן, קען איך עס עסן פאר בלויז 20$

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 10:56 am
דורך שוועמל
אלף בינה ;l;p- ;l;p-
גוט גוט

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 11:18 am
דורך שטרויזאק
אזוי ווי דער שמש וואס דער גאנצער עולם האט אים געדינגען צו פאסטן פאר זיי.
האט מען אים געפאקט טועם זיין.
ווען מען האט אים פארגעהאלטן היתכן? האט ער געזאגט אז ער האט נישט קיין כח צו פאסטן פאר א גאנצע שטאט, האט ער זיך געמוזט דערכאפן ס'הארץ.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 11:34 am
דורך אונגארישער
אביסעלע אנדערש איינער האט אמאל געדינגען איינעם ציפאסטען אין טאג פין א יארצייט פיין אקעי ארלעדיגט באצאלט אין פארטיג
קימט די טאג פין די יארצייט טרעפט ער דעם יצמח ווי ער האקט שטיקער א פיינע לחיים .........

נעמט ער זיך שרייען ר יצמח וואס גייט פאר מיט אייך איר ברויכט דאך פאסטען היינט ווי מיר האבען אפגעמאכט

נע זאגט ר יצמח בארוגט אייך סגווען נאך א איד וואס האט מיר געדינגען ציפאסטען היינט האט ער אבער נישט געוואלט באצאלען האב איך איסגעפאסט פאר אייך פאסט איך וויטער ווי מיר האבען אפגישמיעסט

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 11:37 am
דורך מאיר
שכוח דאט קאם!
דאס איז ריכטיג טעכנאלאגיע צום שמייכלען!

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 12:29 pm
דורך האלצ_ער
יענץ געלעכטער!
איך בין נישט זיכער צו ס'גייט נישט אריין בגדר כפירה.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 12:31 pm
דורך שמן זית
לאוין וואס די איד איז עובר
1) לא תגנובו
2)לא תשקרו
3)ליצנות
4)מכשיל את הרבים נישט צו ליינען קריאת שמע בזמנו
5)מחריב את האידישקייט

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 12:56 pm
דורך שטרויזאק
האלצער און שמו זית:
זייט נישט אזוי סענסיטיוו, יענער איז נישט קיין איד, ער האט דארט אויך להבדיל קריסטליכע און מוסלימינע געבעטן אויך.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 1:38 pm
דורך DotCom
שמן זית האט געשריבן:לאוין וואס די איד איז עובר
1) לא תגנובו
2)לא תשקרו
3)ליצנות
4)מכשיל את הרבים נישט צו ליינען קריאת שמע בזמנו
5)מחריב את האידישקייט


חחח, אויף עבירה נאמבער 3 ביסטו נישט קיין אויסנאם.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 1:44 pm
דורך שוועמל
לא תונו