בלאט 1 פון 1

נייע טשארזשער; One size fits all

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2009 8:51 pm
דורך שוועמל
וויפיל אלטע טשארזשערס ליגן אינדערהיים אין לעדל ארומגעוויקלט צווישן אלע פענעס און פאפירן?

נאך די יערליכע פאון אפגרעיד וואס דער דורכשניטליכער אמעריקאנער באקומט פון זיין קעריער, ווערט די וועיסט נאר גרעסער ווען אלטע אומנוצבארע טשארזשערס בלייבן פארזשאווערט אין די לעדלעך און וואלגערן זיך ארום ווען די נייערע פאון וויל עס נישט ארייננעמען אין זיך.

אין א באריכט ארויסגעשווימען לעצטענס דורך די 'מאבייל פאון קאנגרעס' איז פארעפענטליכט געווארן אז די וועלטס גרעסטע מאבייל פאון פירמעס זענען געקומען צו א באשטעטיגונג איבער מאכן איין סארט טשארזשער וואס זאל ארבעטן מיט אלע סארטן סעלפאונס, אפגעזען דער מאנופעקטורער אדער מאדעל.

די פינף פירמעס וואס זענען זיך צוזאמגעקומען ביי א יערליכע קאנפערענס האבן איינשטימיג מסכים געווען צום אפמאך וואס וועט זיין מער ענווייראמענט-פריינטליך מיט ווייניגער גארבעזש און עווענטועל אויך שפארן געלט פאר ביידע, דעם מאנופעקטורער און דער קאנסומער.
דער נייער אפמאך וועט אנהויבן אויסגעפירט ווערן צוביסלעך און וועט זיין אינגאנצן אין טאקט הערשט אין יאר '12.

אין א ווארט: מאטאראלע, נאקיע, סעמסאנג, בלעקבערי און עריקסאן זענען ווערט די זעלבע דרעק.

דער באריכט רעדט נישט פון דעם עפל איי-פאון. נוצט עס די זעלבע טשארזשער ווי בלעקבערי?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2009 11:08 pm
דורך מאשקע
If I remember correctly, they will use the micro USB charger, which is already used by BlackBerry storm and the 8900, and also a few bluetooth headsets.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 9:23 pm
דורך splenda
אסאך מאל איז אינטרעסאנט ארויס צו נעמען ארטיקלען פון די ארכיווען און זען אז א זאך וואס איז און פילע קראפט שוין היינט צוטאגס איז נאך אמאל געווען א חלום?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 10:54 pm
דורך מאשקע
און אלעס אין ווייניגער פון דריי יאר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 11:02 pm
דורך splenda
איך האף אז און 3 יאר פון יעצט גייט שוין מיזען האבען קיין טשאגער בכלל

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 16, 2011 2:56 am
דורך טהור-עיניים
איך האב נישט געוויסט אז דאס איז שוין אין קראפט, מייין סענטראו ניצט נאך עפעס אן אלטן טשארדשער וואס ארבעט נאר פאר פאלם דעווייסעס

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 16, 2011 10:21 am
דורך splenda
די סענטרא איז נאך פארברעצירט געווארען און יאר 2007.
און די נייע פאלמ'ס ניצען שוין טאקע די מיני יא עס בי

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 12:31 am
דורך טהור-עיניים
splenda האט געשריבן:די סענטרא איז נאך פארברעצירט געווארען און יאר 2007.
און די נייע פאלמ'ס ניצען שוין טאקע די מיני יא עס בי


וואס איז דאס מיני יו עס בי? דאס איז דער נייער מין וואן סייז פיטס אלל טשארדשער?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 2:31 am
דורך splenda
יא

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 2:52 am
דורך טהור-עיניים
און פארוואס הייסט עס מיני יו עס בי, וואס האט דאס מיט א קאמפיוטער יו עס בי?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 3:01 am
דורך splenda
עס איז די זעלביגע וואס מען ניצט פאר א קאנפיוטער

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 3:05 am
דורך טהור-עיניים
שוין, טשולדיג מיר, יעצט בין איך אינגאנצן קאנפיוזד. איך ווייס וואס דאס איז א יו עס בי וואס מען נוצט פאר א פאנקיוטער, אבער די מיני יו עס בי פון וואס די רעדסט איז דאך א טשארדשער פאר א סעלפאון, וויאזוי'זשע נוצט מען דאס פאר/מיט/צי א קאמפטוטער?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 3:09 am
דורך splenda
ביי די עק. אנהשטאט עס איינשטעקען אונעם קאמפיוטער. שטעקט מען עס איין און א עדעפטער

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 3:26 pm
דורך לאז געמאכט
די דראנט פון וואס מ'רעדט דא הייסט מייקרא יא-עס-בי די סיבה פארוואס דאס הייסט אזוי איז פשוט ס'איז די זעלבע ווי א יא-עס-בי נאר קליינטשיג.

עלטערע בלעקבערי'ס וכדו' פלעגן נוצן מיני יא-עס-בי דאס איז אביסל גרעסער ווי די מייקרא אבער דאך היפש קלענער ווי א געהעריגע יא-עס-בי וואס מ'שטעקט איין אין א פיסי.

כדי ממחיש צו זיין דאס ענין העמיר דאס ברענגן בילדער פון די דריי סארט יא-עס-בי'ס:
micro.jpg
מייקרא
micro.jpg (5.94 KiB) געזעהן געווארן 758 מאל

Normal.jpg
נארמאל
Normal.jpg (3.05 KiB) געזעהן געווארן 758 מאל

Mini.jpeg
מיני
Mini.jpeg (5 KiB) געזעהן געווארן 758 מאל

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 11:16 pm
דורך טהור-עיניים
הייסט דאס אז די גאנצע סיבה פארוואס דאס הייסט בכלל יו עס בי איז ווייל דער שטיקל וואס גייט אריין אין דעם כלי איז אן אייניקל (אין אויסזעהן) פון דעם יו עס בי וועלכע ווערט אריינגעשטעקט אין א קאמפיוטער?

ווייל דער יו עס בי וואס מען שטעקט אריין אין דעם קאמפיוטער טוט דאך נישט טשארדשן דעם קאמפיוטער, פארקערט, מען לייגט אריין זאכן פון קאמפיוטער אין דעם און פון דעם אין קאמפיוטער, דא אבער טוט מען מיט דעם טשארדשן דעם סעלפאון.

איא?

(איימסארי פארן נישט באמערקן אז איר האט דא אריינגעלייגט אזא שיינעם ענטפער פאר מיר מיט די בילדער. שקויעח)

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 11:52 pm
דורך יואל ווייס
עס הייסט יו-עס-בי ווייל דאס איז עס באמת, מען קען טרענפערן פיילס צווישן קאמפיוטער-טעלעפאן, ווי אויך קען מען טשארדזשן דעם טעלעפאן דורכ'ן קאמפיוטער, וכן אני נוהג.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 12:07 am
דורך טהור-עיניים
וויזוי קען מען טרענספערן פיילס צווישן דעם סעלפאון און קאמפיוטער אויב דער צווייטער עק פארמאגט א שטעקער איינצושטעקן אין אן אוטלעט אויף די וואנט?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 12:19 am
דורך יואל ווייס
עס זענען דא דראנטן וואס איין זייט איז דער אלטער גרויסער זיידע יו-עס-בי, און די אנדערע זייט איז א פיצינקע מייקרא יו-עס-בי.
אגב, עס איז דא צו באקומען אן אדאפטער אין וואס מען קען איינשטעקן אזא קעיבל (זע בילד).

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 12:40 am
דורך טהור-עיניים
א גרויסער שקויעח ר' יואלי ווייס פארן האבן דאס געדולד מיר מסביר צו זיין, איך האב נישט פארשטאנען. און ס'אט מיר געדויערט אפאר מינוט צו כאפן אויף וואס מען נוצט דעם אדאפטער, אבער כ'מיין אז יעצט האבעך שוין ארויס דעם בילד.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 8:27 am
דורך לאז געמאכט
אסאך קלוגע-טעלעפאן ווי בלעקבערי וכדו' קומען שוין היינט אזוי לכתחילה. א יא-עס-בי דראנט מיט אזא אדאפטער פאר די וואנט אזוי שפארט זיך די פירמע פון שיקן א עקסטערע דראנט פארן קאמפיוטער און עקסטער פארן וואנט. איין דראנט טוט ביידע פעולות.