בלאט 1 פון 1

נייע דשי פי עס סערוויס פון גוגל

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2009 12:20 pm
דורך פאטאקי08
שער מיט דיין חבר ווי די געפינסט דיך!...

Google Latitude

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2009 12:43 pm
דורך thefact
ווי אזוי ארבעט עס
1. פון ווי ווייסט גוגעל ווי מיין חבר געפינט זיך

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2009 1:11 pm
דורך שוועמל
http://www.google.com/latitude/intro.html

עס ארבייט גאנץ פשוט, יעדע פאון פארמאגט א פאזיציע צו וויסן וואו דער פאון געפינט זיך. ביי רוב פאונס קען מען אנשטעלן אז ס'זאל בראודקעסטן אלעמאל אדער נאר ווען מען רופט 911. ווארשיינליך נוצן זיי א טיפערע טעכנאלאגיע וואס לאזט אלעמאל בראודקעסטן וואו דער פאון געפינט זיך, חוץ אויב די ביסט ארויסגעסיינט פון לעטיטוד.

גוגל נוצט די פיעטשור צו טרעקן יענעם מאבייל דורך אויפסיינען מיט די לעטיטוד סערוויס.

אין אנדערע ווערטער, ווערט די וועלט גאר קליין, דאס וואס פעדעראלע אגענטן האבן גענוצט אמאל צו טרעקן א סעלפאון קען שוין היינט יעדער טון מיט לעטיטוד. און ווער ווייסט ווי ווייט זיי האלטן שוין היינט פאראויס.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2009 7:28 pm
דורך יאנאש
דאס הייסט אז עס איז נאר געמאכט פאר טעלעפונען?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2009 7:32 pm
דורך סתם_אזוי
שוועמל האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, ווערט די וועלט גאר קליין, דאס וואס פעדעראלע אגענטן האבן גענוצט אמאל צו טרעקן א סעלפאון קען שוין היינט יעדער טון מיט לעטיטוד. און ווער ווייסט ווי ווייט זיי האלטן שוין היינט פאראויס.


דאס וואס מען האט אמאל אראפגעריסן בוש, טוט היינט גוגל?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2009 8:06 pm
דורך שוועמל
יאנאש האט געשריבן:דאס הייסט אז עס איז נאר געמאכט פאר טעלעפונען?


יא, לכאורה.

די וועג וויאזוי מען קען צולייגן 'פרענדס' איז דורך צוויי אפציעס.
קודם ברויך מען דאונלאדן זייער סאפטווער און אינסטולירן אין די סעלפאן. נאכדעם וועט ארויפקומען די אלע פיעטשורס פון לעטיטוד, מיט פארשידענע אפציעס צו צולייגן פרענדס צום ליסטע וואס קענען דיך זען, אראפנעמען פרענדס, באהאלטן דיין לאקאציע פון דעם און יענעם, באהאלטן פון יעדן, אדער גיבן איין ספעציפישע לאקאציע וואס זאל צייגן א גאנצן צייט.

די אנדערע וועג איז צו עדדן פרענדס דורך אריינשטעלן די זשימעיל אדרעסע און אויב יענער אקצעפטירט עס וועט ער עס קענען האבן אויף זיין איי-גוגל וואו זיין פרענד געפינט זיך יעצט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 11:51 am
דורך פאטאקי08
שטייצעך אז קענסט מיהאלטן לייוו אויפ דיין קאמפיוטער סקירן פינקטלעך ווי יעדער געפינט זיך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 11:56 am
דורך שמיי_דריי
ס'איז פאר אומזיסט?

איך זעה נישט קיין אפציע אויף די קאמפיוטער איך זעה נאר אז מ'קען שיקן אזא לינק צו די טעלעפאון

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 12:03 pm
דורך פאטאקי08
סאיז פאר אומזיסט
קענסט עס זען ביי
igoogle

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 12:06 pm
דורך שמיי_דריי
מ'קען אריין לייגן א טעלעפאון נומער אויך אדער נאר א אימעיל אדרעס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 9:58 pm
דורך Tech
שוועמל האט געשריבן:http://www.google.com/latitude/intro.html

עס ארבייט גאנץ פשוט, יעדע פאון פארמאגט א פאזיציע צו וויסן וואו דער פאון געפינט זיך. ביי רוב פאונס קען מען אנשטעלן אז ס'זאל בראודקעסטן אלעמאל אדער נאר ווען מען רופט 911. ווארשיינליך נוצן זיי א טיפערע טעכנאלאגיע וואס לאזט אלעמאל בראודקעסטן וואו דער פאון געפינט זיך, חוץ אויב די ביסט ארויסגעסיינט פון לעטיטוד.

גוגל נוצט די פיעטשור צו טרעקן יענעם מאבייל דורך אויפסיינען מיט די לעטיטוד סערוויס.

אין אנדערע ווערטער, ווערט די וועלט גאר קליין, דאס וואס פעדעראלע אגענטן האבן גענוצט אמאל צו טרעקן א סעלפאון קען שוין היינט יעדער טון מיט לעטיטוד. און ווער ווייסט ווי ווייט זיי האלטן שוין היינט פאראויס.


זיי קענען נאר וויסען לויט די טאוער, אויב די לאקעישאן איז אויסגעלאשן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 11:41 pm
דורך DotCom
כאב עס יעצט אויסגעטרייט, ארבעט א מחי' אזוי ווי עס פאסט זיך פאר רב גוגל, איך פלאן יעצט צו קויפן א סעלפאון פאר מיין שליסלעך און פאר מיין היט און בעפאר'ן גיין דאווענען וועט מיר גוגל זאגן ווי עס אויפצופיקן :lol: .

סיז אבער דא אן אבער: 1. די גוגל מעפס פראגראם מיז זיין אנגעצונדן כדי צו קענען כאפן דיין לאקעישן, דאס ציעט אסאך בעטערי בפרט פאר די פאונס וואס האבן gps,
2: פאר די פאונס וואס האבן נישט קיין GPS כאפט ער די נענסטע 3 טאוער'ס און ער רעכנט עס אויס בערך, דאס מיינט אז צומאל קען ער דיר געבן 5-6 בלאקס אוועק (למשל אין קר"י ווי סאיז דא ווייניגער טאוער'ס ווי אין די סיטי).

די ריכטיגע השלמה וועט זיין ווען ער וועט געבן טוירן ביי טוירן וואיס דיירעקשאנ'ס צו יענעם'ס לאקעישן (אזוי ווי די דזשיפיעס'ס) וואס ביזדערווייל האלטן זיי עס נישט ביים צושטעלן כאטש אלעס ארום שטעלן זיי שוין פון לאנג צו.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 06, 2009 1:07 am
דורך KCSP
ווי קען איך עס דאנלוידען צו מיין פוין????

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 06, 2009 11:47 am
דורך KCSP
אקעי, איך האב עס שוין אויפן בב. אויפן סענטרא קען מען עס נישט האבן?
ביי די וועי אז מ'רעדט שוין פון שערן לאקעשאנס איינער דא געדענקט אזא זאך LOOPT ???