לוינט זיך צו צאלן געלט פאר א שבת זייגער?

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

לוינט זיך צו צאלן געלט פאר א שבת זייגער?

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג נובעמבער 06, 2006 11:14 am

עס איז דא יודן וואס צאלן דרייסיג פערציג דאללער פאר א שבת זייגער, און דערנאך נאך פופציג דאללער פאר א עלעקטערישאן צו קאנעקטאן די שבת זייגער.

קאסט דען די לעקטער אין די צייט וואס מען דארף עס נישט אזוי סאך?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג נובעמבער 06, 2006 11:20 am

און וואס איז מיט האבן דעם קאוטש אין א טונקעלן שטוב פארן דרימל, דאס האט אויך נישט קיין וועליו?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

Re: לוינט זיך צו צאלן געלט פאר א שבת זייגער?

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג נובעמבער 06, 2006 6:29 pm

3x0 האט געשריבן:עס איז דא יודן וואס צאלן דרייסיג פערציג דאללער פאר א שבת זייגער, און דערנאך נאך פופציג דאללער פאר א עלעקטערישאן צו קאנעקטאן די שבת זייגער.

קאסט דען די לעקטער אין די צייט וואס מען דארף עס נישט אזוי סאך?

יא.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2006 7:33 pm

די טשילאר באלבס ציען מער לעקטער ווי סתם פלארעסענט באלבס

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 2:28 pm

עס איז דא צו באקומען פאלארעסענט באלבס געאייגנט פאר א טשילאר (טשענדילער בלע"ז) אויכעט.

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 12:53 pm

האב איך אזא פראבלעם איך האב א שבת זייגער מיט דריי וויערס
א ווייסע
א שווארצע
אין בלויע
אבער אין די וואנט האב איך נאר צוויי ווייערס וואס טוט מען ?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 1:06 pm

די מעשה איז אזוי, צום לייט דארף אנקומען צוויי ווייערס, געווענליך א שווארצע און א ווייסע.
די סוויטש, און/אדער שבת זייגער דארף אפהאקן די שווארצע, די האט ווייער.

די שבת זייגער דארף אויך האבן א ווייסע.

בכדי די שבת זייגער זאל ארבעטן, דארפסטו מחבר זיין די ווייסע צו די ווייסע, דהיינו, טרעפן די ווייסע ווייער וואס איז נישט איבערגעהאקט און עס איבערהאקן און אריינלייגן דריי ווייערס און א פשוטע קעפ. נישט אלעמאל גייסטו קענען טרעפן די ווייסע ווייער אין די סוויטש באקס.

די שווארצע און בלויע אויפן שבת זייגער דארף ווערן באהאפטן צו די צוויי שווארצע ווייערס וואס זענען ביז יעצט געווען באהאפטן צום סוויטש.

געוואנדן ווי א מאדעל, אבער רוב גייט די שווארצע צו די שווארצע ווייער פון די פיוז באקס, און די בלויע צו די שווארצע וואס גייט צו די לייט.

קום אריין מיט דיין מאדעל פאר מער.
...

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 1:09 pm

עין טובה האט געשריבן:קום אריין מיט דיין מאדעל פאר מער.

און וועלכע קאליר קומען ארויס פון די וואנט?

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 1:09 pm

עין טובה האט געשריבן:די מעשה איז אזוי, צום לייט דארף אנקומען צוויי ווייערס, געווענליך א שווארצע און א ווייסע.
די סוויטש, און/אדער שבת זייגער דארף אפהאקן די שווארצע, די האט ווייער.

די שבת זייגער דארף אויך האבן א ווייסע.

בכדי די שבת זייגער זאל ארבעטן, דארפסטו מחבר זיין די ווייסע צו די ווייסע, דהיינו, טרעפן די ווייסע ווייער וואס איז נישט איבערגעהאקט און עס איבערהאקן און אריינלייגן דריי ווייערס און א פשוטע קעפ. נישט אלעמאל גייסטו קענען טרעפן די ווייסע ווייער אין די סוויטש באקס.

די שווארצע און בלויע אויפן שבת זייגער דארף ווערן באהאפטן צו די צוויי שווארצע ווייערס וואס זענען ביז יעצט געווען באהאפטן צום סוויטש.

געוואנדן ווי א מאדעל, אבער רוב גייט די שווארצע צו די שווארצע ווייער פון די פיוז באקס, און די בלויע צו די שווארצע וואס גייט צו די לייט.

קום אריין מיט דיין מאדעל פאר מער.

שטייטעלעך די לעקטער אין די דירה איז פון משותלח צייטן
אין איך האב אין די סוויטש באקס נישט געטראפן מער ווי צוויי ווייערס וואס טו איך יעצט ?

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 1:11 pm

יענקל פאטאש האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:קום אריין מיט דיין מאדעל פאר מער.

און וועלכע קאליר קומען ארויס פון די וואנט?

ברויך מיר איבערקוקן קוקט אויס אז דער סוויטש מאכער האט פאר סאמ ריזאן צוגעלייגט נאך צוויי שווארצע ווייערס
אין איך האב נישט גענומען די מיה צו קוקן די ווייער וואס קומט אריין

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 1:15 pm

וואס מיינט אז ס'איז צוגעקומען נאך צוויי ווייערס דורך די סוויטש מאכער?

אז ס'איז טאקע אלטע ווייערס וואלט איך דיר געראטן צו נעמען א טעכניקער.
...

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 1:17 pm

עין טובה האט געשריבן:וואס מיינט אז ס'איז צוגעקומען נאך צוויי ווייערס דורך די סוויטש מאכער?

אז ס'איז טאקע אלטע ווייערס וואלט איך דיר געראטן צו נעמען א טעכניקער.

העמיר עס איבער קוקן ביינאכט
שכוח עני וועיס

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 1:18 pm

לאז וויסן
...

יואלפריעדמאן
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 1:10 pm

תגובהדורך יואלפריעדמאן » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 1:58 pm

וועלכע שבת זייגער ארבעט פאר א 220 ע''ק?

אוועטאר
מייזל
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2015 12:08 pm

תגובהדורך מייזל » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 1:58 pm

פאר איינער וואס ווייסט וויאזוי עס צו ניצען - יא
פאר איינער וואס אייביק ביי אים צינדט זיך אן א שעה שפעט אין/אדער לעשט זיך אויס א שעה פרי - ניין

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 2:01 pm

מייזל האט געשריבן:פאר איינער וואס ווייסט וויאזוי עס צו ניצען - יא
פאר איינער וואס אייביק ביי אים צינדט זיך אן א שעה שפעט אין/אדער לעשט זיך אויס א שעה פרי - ניין

דער דארף פשוט א טעקנישן איינצושטעלן זיין זייגער....

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 3:07 pm

היינטיגע שבת זייגערס קאסטן נישט פערציג פופציג. עס איז גאר א גיטע זאך צו נוצן שבת זייגערס. איך נוץ אפאר... וכדהלן...

אין דיינונג רום. איך האב נישט ליעב צו פענ-יע-נען... אבער די געסט וואס קומען האבן יא ליעב... נו... ביי חצות ווערט טונקל כאפט יעדער דעהם רמז...

די האט פלעיט אויף וואס מען לייגט ארויף די זופ און פלייש איז נישט דיזיינט צו ארבעטן א מעת לעת. עס איז א סכנה פון שריפה, עס איז א סכנה פון קינדער און עס נוצט לעקטער (אסאך) און מאכט הייס די גאנצע הויז. סוי... האב איך אפאר ביליגע 9 דארלערדיגע "חסידישע" (איך מיין די וואס די היימישע אידן נוצן...) וואס האט גרינע מיט רויטע טריפעס... נעמט מען ארויס די גרינע, און מען שטעלט עס אופ on און מען לייגט נאר א רויטע פאר 10 ביינאכט.

די crockpot פאר די טשולאנט... same as above... נאר לעשט זיך אויס 1 אזייגער נאכמיטאג...

די floor lamps ביי די קאוטש, די עיר קאנדישאן פאר די קיטשען, דיינוג רום אין בעדרומס, אלעס איינגעשטעלט לויט ווי מען דארף.

בקיצור, איעדן ערש"ק איז א הכנה, די לעכט, טועמי', בלעך, קראק פאט, פיצן שיך, מיט... די שבת זייגערס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

בן ישי
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2016 2:20 pm

תגובהדורך בן ישי » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 11:57 pm

איך ווייס האט געשריבן:האב איך אזא פראבלעם איך האב א שבת זייגער מיט דריי וויערס
א ווייסע
א שווארצע
אין בלויע
אבער אין די וואנט האב איך נאר צוויי ווייערס וואס טוט מען ?

איז אזוי
און א סוויטש באקס [אפילו נייע] איז א סאך מאל דא נאר צוויי ווייערס א שווארצע וואס ברענגט אריין לעקטאר דאס איז אלעמאל לעבעדיק און א ווייסע ווייער וואס ווערט נאר לעבעדיק ווען דע סוויטש איז on דאס טראגט דע לעקטאר ווייטער צום טשענדאליר. אין דעם פאל איז נישטא קיין return line און דעם סוויטש באקס.
ווידעראום און א באקס פון א plug איז דא א שווארצע לעבעדיקע ווייער און אויך א ווייסע return ווייער וואס טראגט אויסגעברענטע לעקטאר צום panel box.
א סוויטש בעצם "ניצט" נישט קיין לעקטאר עס טראגט נאר לעקטאר, ווידעראום א שבת זייגער "ניצט" יא לעקטאר וואס דאס מיינט א לעבעדיקע ווייער ווי אויך א return line עפעס וואס דו האסט נישט אונעם סוויטש באקס.
דע בעסטע זאך איז ניצן א עלטערע סארט זייגער וואס האט נאר צוויי ווייערס
בדלא אפשר דארפסטו conecten דע שווארצע מיט דע שווארצע, דע בלויע מיט דע ווייסע פון דע סוויטש באקס, און דע ווייסע פונעם זייגער conecten צום עצם סוויטש באקס אויב עס איז א אייזערנע ground box,
דע צווייטע וועג איז בעסער איבער צוא שמועסן מיט א לעקטארישען ווייל עס איז נאר בדיעבד.
Lot of Hatslucheh

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 12:06 pm

האב איך נעכטן איבער געקוקט מיין סוויטש דארט זע איך נאר צוויי שווארצע ווייערס אריינקומען
יעצט די מאדל פון די שבת זייגער איז PLS730B פון די קאמפעני HONEYWELL

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 5:54 pm

דאן איז פשט אז די ווייסע לויט נישט דורך אין די סוויטש באקס, דארפסטו לכאורה טרעפן דו ווייסע פון די לעג
...

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3781
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 8:11 pm

דאס אויסלעשען לייטס פרייטאג צונאכטס איז דאכצעך אן אמעריקאנע קרענק. אין לונדון לאזט מען אלעס ברענען געהעריג איבער שב"ק, און מען פארגינט זיך די פאר פעניס וואס עס קאסט.

פאר א האטפלעיט אדער עיר קאנדישען איז יא א גוטע געדאנק צו נוצען א שבת זייגער, אלס די מאשינען זעלבסט. פאר זיי איז אבער גענוג א ביליגע טיימער פלאג וואס מען שטעקט אריין אינ'ם סאקעט, און עס פעלט נישט אויס קיין עלעקטרישען.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 8:34 pm

די שטוב ווי מיינע קינדער שלאפן ניץ איך בייטאג פאר א שפיל צומער. און נאכן פראבירן פארשידענע שבת זייגער'ס האב איך געטראפן אין א געשעפט א שבת זייגער וואס איז געוואלדיג, דאס ארבעט דורך דעם וואס עס ריקט ארויף און אראפ די סוויטש, מען דארף נישט קאנעקטן קיין ווייער'ס, ער ארבעט מיט בעטערי'ס, מען נעמט פשוט ארויס איין סקרו פון די סוויטש דעקל, און מען לייגט דארט אהין דעם שבת זייגער און מען לייגט צוריק דעם סקרו אינעם שבת זייגער, והנה ער ארבעט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:34 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:דאס אויסלעשען לייטס פרייטאג צונאכטס איז דאכצעך אן אמעריקאנע קרענק. אין לונדון לאזט מען אלעס ברענען געהעריג איבער שב"ק, און מען פארגינט זיך די פאר פעניס וואס עס קאסט.

פאר א האטפלעיט אדער עיר קאנדישען איז יא א גוטע געדאנק צו נוצען א שבת זייגער, אלס די מאשינען זעלבסט. פאר זיי איז אבער גענוג א ביליגע טיימער פלאג וואס מען שטעקט אריין אינ'ם סאקעט, און עס פעלט נישט אויס קיין עלעקטרישען.


What?

אויב וואלט איהר געזאגט אז די טשענדאלערס אין אמעריקא איז א משוגעת, החרשתי.

די לעקטער גיט ארויס אסאך היץ. עס איז אויך בעטעמט צו האבן שטארקע ליכטיגקייט בשעת'ן סעודה. אבער נישט נאכן עסען. עס איז נישט cozy.
איך רעדט שוין נישט פון די לעקטער ביל. סוי... I don't know whats up with you guys in London, אבער אין אמעריקע איז עס נישט א משוגעת.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:03 pm

היינט מיט די LED באלב'ס, קאסט שוין די שבת זייגער מער לעקעטר פון די באלב'ס, ס'איז סתם א הוצאה יתירה און קאפווייטאג. אבער פאר די האטפלעיט איז עס גאר וויכטיג.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג ינואר 16, 2018 4:57 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:די שטוב ווי מיינע קינדער שלאפן ניץ איך בייטאג פאר א שפיל צומער. און נאכן פראבירן פארשידענע שבת זייגער'ס האב איך געטראפן אין א געשעפט א שבת זייגער וואס איז געוואלדיג, דאס ארבעט דורך דעם וואס עס ריקט ארויף און אראפ די סוויטש, מען דארף נישט קאנעקטן קיין ווייער'ס, ער ארבעט מיט בעטערי'ס, מען נעמט פשוט ארויס איין סקרו פון די סוויטש דעקל, און מען לייגט דארט אהין דעם שבת זייגער און מען לייגט צוריק דעם סקרו אינעם שבת זייגער, והנה ער ארבעט.



א לינק ווי מ'קען עס קויפן


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט