בלאט 4 פון 8

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 2:57 pm
דורך מי יודע
וואס איז די שאד

מיט וואס זענען זיי שלעכט?
איך האב עטליכע יאר צוריק געקויפט א פיודזשי נאכדען וואס איינער האט מיר צוגערעדט, איך בין טאקע נישט אזוי צופרידן פון די שארפקייט דערפון, איז דאס דער פראבלעם מיט פיודזשי צו נאך עפעס?

און דא זע איך עפעס 14 מעגעפיקסעלעס, דאס ערשטע מאל וואס איך הער אזא נומער

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 3:02 pm
דורך העקער
דאס וואס דו באקומסט פאר די $50, קומט נישט צו קיין צענטעל וואס דו באקומסט ווען דו צאלסט פאר א קענאן קעמרע $150

אגב, די מעגאפיקסעל האט גארנישט מיט שארפע בילדער, עס קומט נאר צוניץ ווען מען וויל אויפבלאזן די בילדער צו 8X10 אדער גרעסער, די שארפקייט האט מיט די סענסאר פון די קעמרע, ווי גרויס עס איז

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 4:03 pm
דורך מי יודע
אקעי, נו לאמיר הערן, וואס איז דער יסוד פון שארפקייט פאר בילדער? די סענסאר?
נו וואס זענען די נומערן פאר די שארפקייט?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 4:18 pm
דורך העקער
קודם כל, דער לינק וואס דו האסט געברענגט פירט צו קעי מארט, וואס בעט אכציג דאלער, נישט פופציג

איך זע גראדע אז די קעמרע האט די זעלבע גרויסע סענסאר ווי די פשוטע קענאן'ס, אבער עס נעמט AA בעטעריס, און בפשטות איז די געבוי פון די קענאן שטערקער ווי די פודזי

און ווי אויך צאלט מען אביסל פאר די ברענד נאמען....

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 4:31 pm
דורך מי יודע
ס'איז געווען היינט א סעיל פאר 6 שעה פאר 50 דאלער, דערנאך איך ווער נישט אזוי דערשראקן פאר ברענד נעים'ס
למעשה זאגסטו אז ס'איז די זעלבע גוטע לענס ווי קענאן
ווידער מיט בעטערי, איך מיין זיי האבן א אפשען פאר ריטשארטשעבעל אויך

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 5:32 pm
דורך העקער
לאז וויסן ווען ס'הערט אויף ארבעטן.... נאר א דזשאוק

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 8:38 pm
דורך ריק פערי
איך זיך אויך א קעמערע יעצט וויל איך פרעגן די מומחים Fujifilm finepix f600exr אדער Canon sx230? וועלכע איז בעסער? און ווי באקום איך די ביליגסטע פרייז?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 12:57 am
דורך בשבילי נברא
ברייטליך האט געשריבן:
האב איך שפעטער געטראפן א זייער א גוטס און דאס איז די PANASONIC DMC ZS3

מיין שאלה איז צו איינער האב עקספיריענס מיט PANASONIC צו איז זייערע קעמערעס אזוי גוט ווי (אדער אפשר בעסער פון) CANON


איך האב געהאט דעם קעמערע און איך בין געווען באמת זייער צופרידן דערפון. ס'האט גענומען זייער קלארע פיקטשערס און נאך אסאך מעלות.

אבער איך האב איינמאל געדארפט א וואראנטי ריפעיר פון Panasonic און זיי האבן עס בשום אופן מיר נישט געוואלט נאכגעבן. טענה'נדיג אז עס איז מיין שולד, ווייל זיי האבן געטראפן עפעס א קליינע קריץ...
אשר על כן האט Panasonic מיך פארלוירן אלץ זייער קאסטומער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 01, 2011 9:57 pm
דורך שנאפס
א פודזשי קעמערא פאר $59 ביי http://1saleaday.com/

נאך צוויי שעה פארבליבן

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 4:44 pm
דורך אויפריכטיג
איך זוך אינפארמאציע איבער די קענאן קאמערא S95. וואס זענען די עקספיריענס דערמיט?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 6:18 pm
דורך העקער
די קענאן S95 איז זייער א גוטע קעמרע, עס איז שוין דא א נייערע די S100

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 6:23 pm
דורך שמעק_טאביק
וואס איז שייך אינפארמאציע, א שנעלן געזוך אויף גוגל וועט דיר טרעפן אן א שיעור אינפארמאציע, פון פראפעסיאנאלע ריוויוס ביז פון די פריוואטע מענטשן, ווצב"ש אויף NEWEGG אדער אויף AMAZON, און א_ווי העקער שרייבט, איז שוין פאראן א נייערע מאדעל, די S100, אבער נישט אלע טענה'ן אז די נייערע איז בעסער (אויב דו קוקסט אביסל אויף די ריוויוס וועסטו זעהן), כאטש אנדערע קריגן און זאגן אז עס איז עניטיים אזוי גוט.

מיין שאלה איז אבער צו דיר, וואס עפעס ווילסטו פונקט דעם מאדעל? וואס האסטו געטראפן דערינען אז דו ווילסט דווקא דאס און דו נויטיגסט זיך אינפארמאציע דערויף?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 6:31 pm
דורך העקער
פון קענאן, איז דאס די בעסטע קעמרע פון די קליינע קעמרעס

די עיקר מעלה איז אז עס האט מעניועל קאנטראל, דאס הייסט איינער וואס וויל רוקן א געוויסע סעטינג (למשל ISO) אינמיטן מאכן בילדער, קען ער עס טון צווישן איין בילד און די צווייטע, און ער דארף נישט אריינגיין אין די סעטינגס, מ'קען אנשטעלן די דרייער אינדרויסן אז עס זאל רוקן די געוויסע סעטינג

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 8:10 pm
דורך וויכטיג מאכער
די S95 האט א געוואלדיגע חסרון, ס'האט נישט קיין אפטיקל זאאם ביי ווידיאו, און ווער ס'פארשטייט נאר א טראפקעלי ווייסט אז דידזשיטעל זאאם קומט נישט צו נאנט צו אפטיקל, ס'פארלירט אסאך קלארקייט.

די S100 האט שוין יא א אפטיקל זאאם, אפילו ביי ווידיאו אויך.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 12:59 am
דורך שמעק_טאביק
העקער האט געשריבן:פון קענאן, איז דאס די בעסטע קעמרע פון די קליינע קעמרעס.

די עיקר מעלה איז אז עס האט מעניועל קאנטראל, דאס הייסט איינער וואס וויל רוקן א געוויסע סעטינג (למשל ISO) אינמיטן מאכן בילדער, קען ער עס טון צווישן איין בילד און די צווייטע, און ער דארף נישט אריינגיין אין די סעטינגס, מ'קען אנשטעלן די דרייער אינדרויסן אז עס זאל רוקן די געוויסע סעטינג


פאר דעם, איז די G12 בעסער.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 1:41 am
דורך וויכטיג מאכער
די G12 איז שוין עכט א סופיסטיקעיטעד קעמערא, ס'איז נישט אינטערעסאנט פאר סתם באנוצער. ספעציעל פאר די וואס דארפן ווידיאו, די G12 איז סאך שוואכער ווי די S100 לגבי ווידיאו. אגב, די S95-100 האט סאאאך א בעסערע לענס וויז די G12, די S95 האט געהאט זייער א ווייד לענס! דערווייל זעה איך נישט אז מ'זאל נאך קענען באקומען געהעריג S95'ס.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 2:37 am
דורך שוועמל
איך האב די קעסיא קסילים EX-ZR100 זייער צופרידן, האט די אלע מעלות פון קענאן אויבן.
איין זאך די שוואכע געבוי פון קעסיא טרעט מיר צו.
אבער כאמיך שוין געלערענט א קאמערע האלט נישט מער ווי צוויי יאר טאפס, נישט קיין חילוק וועלכע.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 9:55 am
דורך שנאפס
מיין קענאן בילדער כאפער האלט שוין ב"ה דריי יאר

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 11:42 am
דורך תרגום יונתן
כ'האב א קענאן S80 פאר ארום זעקס יאר שוין. כולם לטובה. (יעצט געקויפט א נייע באטערי אויף איבעי פאר פינעף טאלער).

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 4:50 pm
דורך מומחה עצום
האט איינער שוין אמאל געהערט פון דעם, לעצטענס האט מיר א ידיד געזאגט אז נאך עטליכע יאר ווערט די קלארקייט פון דידזשיטל קעמערעס ווייניגער, ד.ה. אז ס'כאפט שוין נישט אזעלכע קלארע בילדער ווי ווען ס'איז ניי, ער זאגט אז ביי זיין קעמערע איז אזוי געווען.

-------------
אנטשולדיגט פארן אריינהאקן

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 8:55 pm
דורך בלעקבערי פען
פאר ווער עס ווייסט וויאזוי עס ארבטע דאן מאכט דאס נישט קיין סענס

-----

האט שוין איינער געהאט אז אויף די קעמרע זעלבסט איז עס געוואלדיג קלאר אבער ווען מען פרינט עס קומט עס נישט ארויס אזוי קלאר

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 9:32 pm
דורך קהת
קען מיר איינער זאגען סארא קעמרא סלוינט זיך צו קויפען s95 אדער lx5 אדער p300 אלע דריי זענען זייער ענדליך. אלע האבען מעלות וואס די צווייטע האט נישט. סאיז זיכער אז די lx5 איז די בעסטע אבער איך וויל וויסען אויב סאיז ווערד צו צאלען די פאר טאלער מער פאר דעים. די מעלה פון lx5 איז אז סהאט א leica לענס וואס סאיז די בעסטע היינט צו באקומען.

בקוצר לאמיך הערן וואס די עולם האלט. און ווי איך קען עס באקומען פאר ביליג.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 12:44 am
דורך מומחה עצום
בלעקבערי פען האט געשריבן:פאר ווער עס ווייסט וויאזוי עס ארבטע דאן מאכט דאס נישט קיין סענס

דאס האב איך יענעם גענטפערט, אז ס'איז נישט דא אזא זאך, און יעצט טראכט איך אז לכאורה ווען ער האט עס געקויפט איז עס געווען די בעסטע אויפן מארקעט און ס'איז געווען זייער קלאר לויט די דעמאלסדיגע סטאנדארטן, אבער היינט ווען ער זעט קלארערע בילדער מיינט ער אז זיין קעמערע האט אויפגעהערט ארבעטן געהעריג.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 12:50 am
דורך מומחה עצום
זייער א גוטע סייט צו פארגלייכן קעמערעס CameraSize

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 10:57 am
דורך ווער בין איך?
מומחה עצום האט געשריבן:האט איינער שוין אמאל געהערט פון דעם, לעצטענס האט מיר א ידיד געזאגט אז נאך עטליכע יאר ווערט די קלארקייט פון דידזשיטל קעמערעס ווייניגער, ד.ה. אז ס'כאפט שוין נישט אזעלכע קלארע בילדער ווי ווען ס'איז ניי, ער זאגט אז ביי זיין קעמערע איז אזוי געווען.


א גוטע עצה דערצו איז צו געבן א וויש אפ דעם לענס... נאך אפאר יאר קען עס ווערן אביסל שמוציג...