בלאט 3 פון 8
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 11:41 am
דורך דער גראפיסט
זאג אז די ווילסט גיין מיט slr
די עס על אר דיזשיטעל קעמערעס זענען א מסכתא פאר זיך אין מ דארף צוקויפן לענסעס
איך גיי נישט דא זאגן וועלכע סאיז בעסער ווייל דאס לאז איך ביי די גרויסע פאטגראפירער איינער איז מער פאר קענאן און איינער מער פאר נייקאן
און לפי ידעתי איז נייקאן טייערער ווי קענאן
Slr cameras
זענען טאקע בעסער ווי פלעינע פאוינט ענד שאאט און די בילדער זענען ניטאמאל א ציגלייך אבער מען דארף אביסל וויסן ווי איין און ווי אויס מיט די סארט קעמערעס
מען דארף האבן א גוטע לענס און דערנאך דארף מען קענען אנשטעלן די
שאטער ספיד
דאס מיינט ווי שנעל די בילד זאל ווערן געכאפט
די אפערטשער
דאס מיינט די ליכטיקייט פונעם בילד
די iso
ווי הויעך עס זאל זיין
ועוד
און די עיקר קויף נישט כאפ לאפ
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 6:21 pm
דורך געלעגער
גראפיסט טייערע, פאר דיין ארבעט דארפסטו לכאורה האבן די SLR קאמעראס,
אבער פאר א פשוטע עמך איד מיין איך איז די מערסטע באטעמ'ט די SD סטייל, אדער די A סטייל,
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 7:00 pm
דורך ברייטליך
דאנקע שיין טייערע אידן פארן ארויסהעלפן, איך האב מיך אפגעשאקלט פון די נייקאן ער קוקט טאקע אויס געוואלדיג אבער איך גלייב אז איך סתם א 'ברייטליך' יוד דארף נישט אזא סאפיסטיקירטע קעמערע.
וואס איך וויל יא וויסן איז אויב איינער קען מיך רויסהעלפן מיט די CANON G11 וואס 'דער גראפיסט' האב געשריבן. איך וויל וויסן מער דעטאלן צו ס'איז א נייער אייטעם און וואס אירע מעלות און 'חסרונות' זענען.
שכוח
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 10:07 pm
דורך געלעגער
ברייטליך, די G11 לויפט בערך אויף די פריזז פון 500 דאללער, אויב דענק איך גוט, די שאלה איז פארוואס די דארפסט עס,
און מיינע אויגן פאר א פשוטע מענטש צו כאפן בילדער פאר אינדעהיים איז פונקט גוט איינע פון די SD'ס וואס די מעלות זענען די דינקייט און די ביליגקייט,
SD לויפט ביי בערך. 200
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 10:17 pm
דורך וויכטיג מאכער
געלעגער, דינקייט איז נאר א מעלה פאר א מענטש וואס וויל באהאלטן זיין קעמערא, א שטייגער א בחור פון די מנהל, א חסיד פון זיין רבי, אדער פאר טרעוולינג, אבער די עי סיריעס כאפט סאך שענערע בילדער ווי די עס די סיריעס.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 10:32 pm
דורך דער גראפיסט
לדעתי איז די G11 די בעסטע פאר די slr
איך האב גערעדט פון slr וויבאלט הרב ברייטליך האט גערעדט פון די גוים מיט די גרויסע קעמערעס וואס דאס איז slr
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 10:44 pm
דורך געלעגער
וויכי די A האט נאך א מעלה אז ס'נעמט AA בעטעריס וואס דאס איז זייער גוט ווען מ'איז אויפן וועג און מ'זוכט עמערגענסי א בעטערי, אבער ס'האט א גרויסע חסרון אז ס'האט זייער א שטאטע פראסעסער, ס'נעמט זייער לאנג וואו לאנג די פיקטשער גייט אריין און די קארטל אז ס'זאל זיין רעדי פאר די נעקסטע פיקטשער,
SD קלער איך איז פאר יעדעם איינעם, ווען מ'לויפט און פארק אדער ווען מ'פארט אויף א רייד
ס'זיצט זייער גוט און די הענט, די פיקטשערס זענען אויך זייער גוט, (פאר פשוטע באניצערס)
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 11:53 pm
דורך ברייטליך
יודן איך בין באמת דאנקבאר, איר העלפט מיך א געוואלד ארויס, און איך האלט שוין אט אט ביים מאכן א דיסיזשאן וועלכעס צו קויפן.
נאך איין קשיא אויב ווער קען מיך ענטפערן...
איך האב געהערט וועגן א CANON SX200 איך הער ס'פיינע נייעס...ווייסט איינער עפעס דערוועגן? און וויכי איז דאס פון די S סיריעס וואס דו רעקאמענדירסט?
נאך איין פראגע (ביטע אנטשולדיגען...איך בין בטבע א נייגעריגער) איר שרייבט אפאר מאל וועגן SLR איך פארשטיי אז דאס מיינט 'ס'ינגעל 'ל'ענס 'ר'יפלעקס אבער וואס איז דאס פונקטליך, און דארף סתם א יודל וואס זוכט גוטע פיקטשערס דאס האבן?
שכוח
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 12:20 am
דורך וויכטיג מאכער
ברייטליך, די SX 200 איז גאר פיין... דאס איז ענליך צו די A סיריעס, ס'איז א דיקע (נישט זייער דיק.) קעמערא, ס'האט א געוואלד מיט גוטע פיטשער'ס...
(אויב געדענקעך גוט, קען מען כאפן פיקטשער'ס אינמיטן א קליפ, אן דארפן דרייען די מעניו אינמיטן...)
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 12:24 am
דורך וויכטיג מאכער
געלעגער, איך בין נישט זיכער וואס דו זאגסט וועגן פראסעסינג, (קען זיין, איך ווייס נישט...) אבער דאס ווייס איך יא, אז א A קעמערא כאפט סאאאך קלארערע פיקטשער'ס.
מ'קען גראדע זאגן א הסבר אז ווייל ס'איז א גרויסע מאשין, שאקעלט זיך עס ווייניגער, אבער איך ווייס אז די לענס איז סאאך בעסער ווי די SD סיריעס.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 15, 2009 9:08 am
דורך ברייטליך
עניוועי, אזוי צו אזוי, כ'האב געכאפט א לענגערע שמועס מיט וויכי אין אישית און ער מיר אביסל קלארער געמאכט דעם ענין אויף עטליכע געביטן, אבער מיר זענען שטעקן געבליבן אינמיטן...איז אזוי, מ'האמיר גערעדט פון ש CANON SX200 וואס דארף צו זיין גאר גוט אבער אין די לעצטע מינוט האב איך באמערקט אז ס'האב א שטארקע פעהלער, אז ס'קען נישט זומען ווען ס'איז אין ווידיא מאוד...במילא איז עס אויס..
האב איך שפעטער געטראפן א זייער א גוטס און דאס איז די PANASONIC DMC ZS3
מיין שאלה איז צו איינער האב עקספיריענס מיט PANASONIC צו איז זייערע קעמערעס אזוי גוט ווי (אדער אפשר בעסער פון) CANON
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 16, 2009 12:04 pm
דורך אךשמח
פאר סאם ריזן האט קענאן גאר גוטע רעיטינגס ווען ס'קומט צו דידזשיטעל קאמעראס.
איך האב זיך נארוואס אנגעהאקט אין א נייעס אז די קאמפאני 'פיוזשיפילם' וואס זענען געווען די ערשטע ארויסצוקמען מיט א דידזשיטל קאמערא איז ווייטער דא מיט א נייע סארט קאמערא וואס וועט נעמען 3-D פיקטשערס. פונקטליך וואס דאס איז און ווי אזוי עס וועט אויסקלאפן אויף די בילדער ווייסעך נישט, ווייל איך האב נישט די נייעס פאר מיר. אפשר שפעטער וועל איך צוברענגען א מראה מקום.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 16, 2009 12:09 pm
דורך אונגארישער
ברייטליך סקען זומען נאר אין דישזיטעל ווען סאיז אין ווידיאו
איך האב פרובירט ביידע די פיקטשער קוואליטי אין קאלארינג גלייך איך בעסער פין SX200
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 16, 2009 3:19 pm
דורך צוביילטער
אויב איינער איז אינטערסירט צו הערן מיין מיינונג.
איך (כ'מיין פלג גופא) בין ב"ה זייער צופרידן פון דעם SX110 קאמערע, עס איז מיין רעקאמענדאציע פאר א פשוט'ער אידענע.
די בילדער קוואליטעט איז צום באוואונדערן.
---
אז איך שרייב שוין יא, קען מיר איינער ביטע מסביר זיין פארוואס עס נעמט א יאר מיט א מיטוואך צו שרייבן א תגובה - זינט איך האב אינסטאלירט עקספלארער אכט?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 16, 2009 3:25 pm
דורך האלצ_ער
צוביילטער האט געשריבן:
אז איך שרייב שוין יא, קען מיר איינער ביטע מסביר זיין פארוואס עס נעמט א יאר מיט א מיטוואך צו שרייבן א תגובה - זינט איך האב אינסטאלירט עקספלארער אכט?
מיטוואך איז שוין טאקע באלד אריבער אבער אויף א יאר? עמער מיזן ווארטן נאך פיר יאר כ'מיין איין יאר.
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 18, 2009 11:10 am
דורך ברייטליך
אונגערישער איך מוז מודה זיין אז איך קען מיך נישט אזוי גוט אויס און איך האב נישט פארשטאנען פונקטליך וואס ס'מיינט ס'זומט נאר ווען ס'איז אין דידזשיטעל? ווייל ווען איך האב געשווימען אין די ברייטע געוועבאכטץ האב איך געליינט אז מענטשן רעדן זיך אפ אויף דעם אז מ'קען נישט זומען ווען ס'איז אין דידזשיטעל..SO ביטע געב מיך צו פארשטיין. שכוח
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 11:10 pm
דורך שוועמל
מיינע אלטע קאמערס זענען שוין אפגעלאפן און האלב צעבראכן, שוין צייט פאר אנייע.
איך זוך א פאקעט סייז קאמערע, בעיקר מיט די פאלגענדע מעלות (אין א פריאריטירטע סדר):
- שטארקע געבוי, קוואליטי (קינ דער ווארפן עס אראפ אפט)
- גוטע אפטיקל זאאם (10 און העכער)
- דיסענט בעטערי לייף
- 250 דאלער און אראפ.
דאנקע.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 11:12 pm
דורך קארל
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 11:18 pm
דורך שוועמל
פארגעסן צו שרייבן:
נישט קיין טעלעפאן..
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 5:11 pm
דורך אונגארישער
וויכטיג מאכער האט געשריבן:געלעגער, דינקייט איז נאר א מעלה פאר א מענטש וואס וויל באהאלטן זיין קעמערא, א שטייגער א בחור פון די מנהל, א חסיד פון זיין רבי, אדער פאר טרעוולינג, אבער די עי סיריעס כאפט סאך שענערע בילדער ווי די עס די סיריעס.
אמאל געווען אזוי א חלוק צווישן A אין SD היינט שוין נישט
אין לי כח להאריך עתה
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 12:07 pm
דורך שאלת_חכם
שוועמל כמיין סיז נישט דא קיין קעמרע וואס בלייבט גאנץ אפילו ווען קינדער ווארפן עס אראפ אפט
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 03, 2011 8:14 pm
דורך שמעק_טאביק
שוועמל האט געשריבן:מיינע אלטע קאמערס זענען שוין אפגעלאפן און האלב צעבראכן, שוין צייט פאר א נייע.
איך זוך א פאקעט סייז קאמערע, בעיקר מיט די פאלגענדע מעלות (אין א פריאריטירטע סדר):
- שטארקע געבוי, קוואליטי (קינדער ווארפן עס אראפ אפט)
- גוטע אפטיקל זאאם (10 און העכער)
- דיסענט בעטערי לייף
- 250 דאלער און אראפ.
דאנקע.
אויב דו קענסט באשטיין צו גיין מיט AA באטעריען, איז די בעסטע לויט דיין פארלאנג דער "PowerShot SX130 IS" פון קענאן. א אפדעיט קומט ארויס בקרוב, דער "PowerShot SX150", אבער עס האט נישט קיין ספעציעלע מעלה איבער דעם 130.
אויב זוכסטו דוקא א קאמערע מיט א געהעריגע באטערי (דהיינו, נישט קיין AA, וואס אויטאמאטיש קאסט דאס טייערער, וויבאלד די קאמפאני גיבט דיר מיט א רעטשארדזשעבל באטערי + א רעטשארדזשער) מוזטו נעמען "Canon PowerShot SX230HS", וואס קאסט בערך $300.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 10:12 am
דורך מי יודע
מה טיבו פון די קעמרע?
איך האב היינט געזען א אפער פאר 50 דאלער
איך האב בערך אזא סארט קעמרע נאר סאך א פריערדיגע ווערזשען דאכט זיך ס'הייסט פיינפיקס וויואער S
איז דאס בכלל א גוטע קעמרע? איז דער פרייז דערפאר גוט?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 2:37 pm
דורך מי יודע
אנטשולדיגט, איך וואנדער מיך קיינער ענטפערט נישט
דא האט איר די לינק
http://bfads.net/Kmart-Black-Friday-Fuj ... mera-Black
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 2:42 pm
דורך העקער
פודזשי? איך מיין עס איז א שאד
געדענק: יו געט וואט יו פעי פאר