בלאט 2 פון 8
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 30, 2008 11:43 am
דורך צוביילטער
פרייליכער, אויב זיכסטו א קאמפעקט קאמערע, איז דער SD1100 איז טאקע א פיינע קאמערע, אבער ס'האט בלויז א 4X אפטיקל זום. מיין פאריגע קאמערע איז אויך געווען א SD, אבער קיין פארגלייך צום 10X זום פונעם SX110.
$152 איז זייער א גוטע פרייז, B&H איז אויף א מיסיע ארויסצוריקן די אלע משיגענע קאמפעטישאנס, סאו כאפ אריין.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 30, 2008 2:29 pm
דורך אךשמח
פארוואס רופסטו אן דעם וואס גייט אין קאמפאטישן 'משוגענע'? איך בין דווקא דערפאר אז ס'זאל זיין ווי מער קאמפעטישאן. שטעל זיך פאר אז B&H זאל האבן דעם מאנאפאל? דעם לעצטיג-דערמאנטן קאמערא וואלט געקאסט בערך 350 ביי זיי!
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 30, 2008 3:02 pm
דורך צוביילטער
ביסט גערעכט, כ'האב נאר גערעדט לשיטתם.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2008 10:20 pm
דורך אךשמח
חברה, איך האלט ווארט!
איך האב זיך אונטערגענומען אז יום ה' איז עס אויפן וועג און עס איז קרוב לאמת ווייל היינט האב איך גערעדט צו א B&H סעילסמאן וואס האט מיט זיין פריינטליכקייט און לאנדאנע רואיגקייט (ער קומט פון דארט) מיר זייער שיין ארויסגעהאלפן און מסביר געווען אלעס וואס כ'האב געוואלט וויסן.
סך הכל איז אזוי.
איך האב אים געפרעגט צווישן די צוויי SD1100 און SX110 און געבליבן בין איך ביים SD1100 ווייל דער אנדערער איז צוויי מאל דיקער ווי אים און עס האט טאקע א בעסערע זום ועוד אבער דער קלענערער האט איבערגעוואויגען.
געצאלט האב איך 238 נאך טעקסעס. אין דעם איז אריינגערעכנט פארשידנס, א SD קארטל א האלטערל א 33 ווארענטי און איך מיין אז כ'האב זיך גוט איינגעהאנדלט.
א דאנק אייער הילף און מיט דעם וועלן מיר אי"ה ווייטער ממשיך זיין מיט נאך גוטע און אינפארמאטיווע ארטיקלען לשביעת לב פון אלע טייערע ליינער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2009 10:37 am
דורך צוביילטער
זאל דער אויבערשטער העלפן אז די זאלסט הנאה פונעם מקח.
וואס איז דאס א 33 ווארענטי?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2009 10:13 pm
דורך ווער בין איך?
איך פארשטיי נישט צו קיין קעמרעס, אבער ביי גאליציאנער האב איך שוין געטראפן גוטע פרייזן אויף אסאך זאכן
דריק דא
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 04, 2009 6:30 pm
דורך צוביילטער
מי אתה, יישר כוח פאר די געוועב-ארט, ס'קוקט אויס צו זיין א גוטע סייט. אריין אין פעווערטס.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 04, 2009 10:10 pm
דורך אךשמח
אנטשולדיגט. איך האב ארויסגעלאזט עטליכע ווערטער.
כ'האב געמיינט צו שרייבן, אז איך האב געצאלט 33 דאלער פאר א צוויי יאר ווארענטי אז חלילה אויב ס'פאסירט עפעס שלעכט צום קאמערא, זאל איך באקומען א נייעם.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 04, 2009 10:23 pm
דורך צוביילטער
ס'מיינט אז די האסט געצאלט בערך $35 פאר דעם SD קארטל און דעם האלטער. ס'נישט טייער? ביי דעם גאליציאנעם לינק פון ווער בין איך האט ער א 4GB SD קארטל פאר $6.50 נאך אלעם, און א האלטער קען מען דאך קויפן ביי רעדיא שעק פאר 10 טאלער. אפשר האסטו געקויפט א גרעסערע קארטל, אדער מאכט B&H צוריק זייער געלט פון אנדערע פלעצער?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 11:22 am
דורך אךשמח
פארגעסט אז אין ניו יארק דארף מען צאלן מכס.
איך האב געקויפט א 8GB SD קארטל פאר בלויז 17 דאלער, וואס לפי ידיעתי איז עס גאנץ ביליג.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 11:25 am
דורך אךשמח
152 קאמערא
17 SD
33 ווארענטי
אביסל ווייניגער ווי 20 פארן האלטער
און רעכן צו טעקס און דער חשבון דארף שטימען.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 11:44 am
דורך צוביילטער
שטימט.
דער עיקר איז אז די זאלסט הנאה האבן דערפון, מיט'ן אויבערשטן'ס הילף.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 8:40 pm
דורך אךשמח
ווערביןאיך: דא האט עס מיר נישט געהאלפן ווייל איך האב שפעט באמערקט דיין לינק, אבער ס'א גוטס און מיר וועלן זיך ווארשיינליך נאך באנוצן דערמיט.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 9:11 pm
דורך אךשמח
חברה,
דא האב איך א גוטע זאך און אויך א שלעכטע נייעס צו דערציילן.
די שלעכטע נייעס איז אז פלוצים פון איין טאג אויפן צווייטן איז דער קאמערע געגאנגען שלאפן, אן קיין שום פריערדיגע ווארענונג און נאכן אכטונג געבן דערויף כאילו ס'ווער ווייסט וואס פאר א טייערע זאך דאס איז.
איך האב קודם געמיינט אז דער באטערי טויג נישט אבער נאכן ריטשארדזשן פאר ווייסעך וויפיל מאל, און נאכן בעטן א חבר'ס באטערי האב איך געמוזט שלום מאכן מיטן מצב אז ער איז געגאנגען צו אן אייביגן שלאף.
די גוטע נייעס איז אבער אז איך האב זיך איינגעקויפט א וואראנטי וואס איך האב בלויז געברויכט אנרופן דעם קאמפאני און זיי שיקןן מיר ארויס א טשעק פונעם פולן סומע פונעם קאמערא. פארשטייט זיך נאכן באקומען דעם צובראכענעם פון מיר.
איך האב אבער נאך א פראבלעם, וואס ווי איך באמערק יעצט זע איך אז בי & עידזש פארקויפט מער נישט דעם קאמערא נאר א נייערער מאדעל דערפון פאר איבער א מאה מער.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2009 10:32 am
דורך צוביילטער
דא האסטו עס פאר $150 נאך אלעם.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2009 1:30 pm
דורך אךשמח
ישר כח צוביילטער,
איך ווייס נישט פארוואס, אבער די בלויע קאליר דערפון איז נאך עוועלעבל.
נעכטן איז עס נישט געווען ביי B&H אבער היינט איז עס ביי זיי ארויסגעוואקסן פארן זעלבן פרייז אבער אויך נאר די בלויע.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2009 2:18 pm
דורך צוביילטער
ביסט זיכער אז זיי האבן עס נאך? ווייל
דא זעה איך אז זיי האבן גארנישט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2009 8:43 pm
דורך אךשמח
ווי שנעל די זאכן רוקן זיך...
געוואלד, איך האב מיט זיי גערעדט אויפן טלפון און זיי האבן מיר געזאגט אז ס'מער נישט דא, בין איך תוך כדי דיבור אריינגעקראכן צו זייער זייטל, און באמערקט אז ס'יא דא, און אים געפרעגט דעריבער, האט ער מיר געזאגט, אה, יא ער באמערקט עס אויך. אבער... יעצט קען איך גיין צו אמאזאן...
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 1:27 pm
דורך אךשמח
איך בין שוין אינגאנצן צומישט. באלד אזוי ווי זייער וועבזייטל.
יעצט, ארום דרייע נאכמיטאג זע איך ווידער ווי דער קאמערא איז "יא" עוועלעבל. און איך האב זיי שנעל אנגערופן, און לאמיר זען אויב זיי וועלן מיר עס פארקויפן, אנדערש ווי צופרי ווען זיי האבן מיט גרויס מיטלייד מיר געזאגט אז ס'איז דיסקאנטיניוד.
אפסססס ער זאגט אז יא, פונקט האט ער עס נאך.
ברוך ה'.
איז אזוי. עס האט געקאסט אביסל ביליגער ווי אויבן געשריבן.
קאמערא: 149.95
אינשורענס: 22 . מסתם ווייל א אייטעם ביז 150 איז ביליגער מיט א צענער פאר אינשורענס.
דידשיטעל קעמערע
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 09, 2009 10:04 pm
דורך ברייטליך
עס קען זיין אז ס'איז שוין דא ערגעץ ווי דא ווי מ'רעדט דערפון, כ'האב ארום געזוכט און נישט געטראפן.
איך זוך צו קויפן א גוטן דידשיטעל קעמערע. יעצט האב איך א CANON SD1000 און איך זוך עפעס נייער און בעסער נישט סתם עפעס וואס די גאנצע מעלה באשטייט פון דעם אז ס'איז דין!!
ביטע ווער ס'קען מיך ארויסהעלפן ולמצוה גדולה יחשב!
ס'גייט אריין אין די כלל פון 'הבאת שלום בין איש לאשתו...' זי פגר'ט פאר א נייע...און איך פגר פאר מנוחה...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 10, 2009 12:22 am
דורך וויכטיג מאכער
אז דו זוכסט דין, נעם די קעסיאו עקסלים.
אגב, ס'איז שוין דא אזא אשכול אין די גראפיק פארום. (גיי ווייס פארוואס דארט..)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 10, 2009 7:47 am
דורך דער גראפיסט
איך וואלט פארגעשלאגן די canon power shot G-11
פון די בעסטע פוינט ענד שאט קעמערע פאר slr
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 11, 2009 12:27 am
דורך אךשמח
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 11, 2009 12:40 am
דורך אךשמח
ליינענדיג איבער דעם 'ברייטליך'ען איד וואס זוכט א גוטע קאמערא אינעם דערנעבנדיגע אשכול, האב איך זיך דערמאנט אין מיין אלטן צעבראכענעם קאמערא וואס איך האב קיינמאל נישט צוריקגעשיקט און פארשטייט זיך אויך נישט באקומען די געלט פונעם אינשורענס.
אבער, ווי מאדנע עס הערט זיך. נאך איבער זיבן חדשים ליגן אין שאנק האב איך זיך דערין דערמאנט און עס האט וואונדערליך באקומען פרישע חיות. ער האט אנגעהויבן ארבעטן ווי קיינמאל בעפאר.
איך קלער אז עס איז קיינמאל נישט געווען צעבראכן, נאר ביים וואונקל פונעם קאמערא איז דא א קנעפל וואס ווען מען דרוקט דאס פארלעשט ער דעם סקרין און עס זעט אויס ווי ער איז א פגר, און לכאורה האב איך דאס דענסמאל געדרוקט בטעות און נישט וויסענדיג דערפון האב איך געמיינט אז ס'צעבראכן. שפעטער נוצנדיג דעם צווייטן קאמערא האב איך זיך צוביסלעך באקענט מיטן מאשין און עס ארבעט געשמאק.
למעשה האב איך יעצט צוויי פון די זעלבע סארט און ביידע ארבעטן זייער גוט און איך בין זייער צופרידן פון די קוואליטעט פון דעם קאמערא. פאר רעגולער באנוץ זע איך נישט אז מען זאל ברויכן א בעסערס. וועל איך אדער עס צוריקשיקן אלס צובראכן און דאן צוריקבאקומען ערגעץ ארום 150 טאלער אדער .... נו? אפשר א חנוכה מתנה ערגעץ אין איינע פון די גרעב בעגס

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 10:27 am
דורך ברייטליך
נו שוין, יישר כח פארן אהער ברענגען די אלע געשמקע הערות. פראבלעם איז אז זייט די זענען געשריבן געווארן איז שוין ארויסגעקומען עטליכע טויזענט נייערע קעמערעס.
אקיצור דער G11 קוקט אויס פיין אבער וויל איך וויסן, האט איינער עקספיריענס מיט א NIKON?
ווייל ווען איך פאר אויף וואקאציע זעה איך אייביג ווי מיר יודן רוקן זיך אן מיט די דינסטע גרעע קעמערעס און די ערלים האבן אזעלעכע שווארצע גראבע פראפעשענל קעמערעס. רון די נייקאןס קוקן אויס זייער פראפעשענאל