בלאט 5 פון 8
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 6:22 pm
דורך שמעק_טאביק
ווער בין איך, האסט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל... עפן דיין קעמערע און קוק אויפן לענס ווי באטאפט עס איז... וויש עס אפ. עס איז נישט פאראן אזא זאך אז עס זאל ווערן שוואכערע קוואליטעט בלויז פון אלטקייט אליין...
מומחה עצום: צום באדויערן, היינטיגע קעמרעס (די נישט פראפעשאנעל SLR, נאר די קלענערע P&S וואס רוב עולם האט) זענען בכלל נישט בעסער ווי די אמאליגע, אויב עפעס איז בלויז ערגער.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 6:57 pm
דורך יואל שווארטץ
ווער בין איך? האט געשריבן:מומחה עצום האט געשריבן:האט איינער שוין אמאל געהערט פון דעם, לעצטענס האט מיר א ידיד געזאגט אז נאך עטליכע יאר ווערט די קלארקייט פון דידזשיטל קעמערעס ווייניגער, ד.ה. אז ס'כאפט שוין נישט אזעלכע קלארע בילדער ווי ווען ס'איז ניי, ער זאגט אז ביי זיין קעמערע איז אזוי געווען.
א גוטע עצה דערצו איז צו געבן א וויש אפ דעם לענס... נאך אפאר יאר קען עס ווערן אביסל שמוציג...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 9:27 pm
דורך מומחה עצום
איך וויל נאכאמאל באטאנען אז דאס האט נישט פאסירט מיט מיר, נאר א ידיד מיינער, און מער ווייניגער האב איך אים גענטפערט דאס וואס דער עולם האט געשריבן, וועגן די לענס וכדו'
_______
שמעק_טאביק זיי אביסעלע מער מסביר
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2012 10:02 am
דורך private
איך האב נארוואס איינגעהאנדעלט א Canon Power Shot
SX230איך האב א קליינע פראבלעם דערמיט, ווען איך כאפ פיקטשער'ס האב איך נישט קיין פול דריי אינטש סקרין, זיי נעמען אוועק אביסל פון אלע זייטן. נאר ווען איך כאפ ווידיאו באקום איך די פולע סקרין. איך זע נישט וואו איך קען דאס אנשטעלן עס צו טוישן. ווייסט אפשר איינער פון די פראבלעם?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2012 1:53 pm
דורך שמעק_טאביק
private האט געשריבן:איך האב נארוואס איינגעהאנדעלט א Canon Power Shot
SX230איך האב א קליינע פראבלעם דערמיט, ווען איך כאפ פיקטשער'ס האב איך נישט קיין פול דריי אינטש סקרין, זיי נעמען אוועק אביסל פון אלע זייטן. נאר ווען איך כאפ ווידיאו באקום איך די פולע סקרין. איך זע נישט וואו איך קען דאס אנשטעלן עס צו טוישן. ווייסט אפשר איינער פון די פראבלעם?
די SX230 איז גאר א גוטער קאמערע. קאנגראטולאציעס.
די 3 אינטש סקרין איז א "ווייד-סקרין" (16:9), וואס איז ברייטער ווי א רעגולער בילד (4:3), און איז די זעלבע אספעקט-רעשיא ווי א "24 אינטש ווייד-סקרין.
אויב ווילסטו פרינטן דיינע בילדער, לאז עס אזוי ווי עס איז, בעסער זאל עס פיטן אויפן פאפיר ווי אויפן סקרין (הגם די פרינט איז אויך נישט גענוי די זעלבע סייז, ס'איז דאך א 6X4, אדער 3:2 אין די אנדערע שפראך, אבער דאך איז עס מער ענליך צו די 4:30 פארמאט... איך ווייס נישט צו דו פארשטייסט דעם שפראך..?). אבער אויב ווילסטו עס זאל בעסער אויסקוקן אויף דיין קעמערעס סקרין און אויך אויף א קאמפיוטער'ס ווייד-סקרין, שטעל אן אויפן קעמערע (דארט וואו דו שטעלסט אן וויפיל מעגאפיקסל ער זאל כאפן) די W, וואס מיינט WIDE, און אזוי וועט עס ארויפקומען אויפן גאנצן סקרין.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2012 2:48 pm
דורך private
קודם א דאנק פארן ענטפערן, איך הער וואס דו זאגסט וועגן לאזן אזוי אבער איך וואלט דאך פראבירט דאס וואס דו זאגסט. וואו שטעל איך דאס אן? איך טרעף נישט אזא אפציע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2012 10:35 am
דורך שמעק_טאביק
ווען דו שטייסט ביים סקרין פון נעמען א בילד, דרוק דעם Func/Set קנעפל, וועט ערשיינען די ליסטע פון אספעקט/רעשיאס (אויף די לינקע זייט, פון אויבן אראפ).
די אפציעס זענען 4:3, די רעגולער וועג ווי אזוי יעדער געווענליכע קעמרע כאפט א בילד; נאכדעם איז 3:2 (אזוי ווי 4x6), וואס וועט זיך די בעסטע פרינטן אויף א 4x6; און צווישן די אנדערע וועסטו זעהן 16:9, וואס דאס איז ווייד-סקרין, און דאס וועט אנפילן דיין סקרין אינגאנצן. אויך איז דא 1:1, וואס איז ווי א פונקטליכער באקס, די לענג פונקט די זעלבע סייז ווי די ברייט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2012 11:16 am
דורך private
יא ס'ארבעט
א הארציגע ישר כח
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 1:16 pm
דורך מוטשע נישט
כ'טראכט פון קויפן די canon t3i, מיין שאלה איז נאר צו מען דארף קויפן דייקא קענאן לענסעס (די 18-135) אדער עס זענען דא ביליגערע לענסעס וואס זענען פונקט אזוי גוט, און אויב יא ווי קען מען באקומען די לענסעס פאר א גוטן פרייז.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 2:52 pm
דורך שמעק_טאביק
מוטשע נישט האט געשריבן:כ'טראכט פון קויפן די canon t3i, מיין שאלה איז נאר צו מען דארף קויפן דייקא קענאן לענסעס (די 18-135) אדער עס זענען דא ביליגערע לענסעס וואס זענען פונקט אזוי גוט, און אויב יא ווי קען מען באקומען די לענסעס פאר א גוטן פרייז.
You go to B&H
שוין צייט זאלסט דאס וויסן.....
און די אלע שאלות קענט איר דארט אנפרעגן, זיי וועלן אייך אלעס פארענטפערן...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 6:56 pm
דורך מוטשע נישט
שמעק_טאביק האט געשריבן:מוטשע נישט האט געשריבן:כ'טראכט פון קויפן די canon t3i, מיין שאלה איז נאר צו מען דארף קויפן דייקא קענאן לענסעס (די 18-135) אדער עס זענען דא ביליגערע לענסעס וואס זענען פונקט אזוי גוט, און אויב יא ווי קען מען באקומען די לענסעס פאר א גוטן פרייז.
You go to B&H
שוין צייט זאלסט דאס וויסן.....
און די אלע שאלות קענט איר דארט אנפרעגן, זיי וועלן אייך אלעס פארענטפערן...
כ'גלייב נישט זיי זאלן ענטפערן אז איך קען גיין ערגעץ אנדערש קויפן א לענס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 11:24 pm
דורך leiby
שמעק_טאביק האט געשריבן:מוטשע נישט האט געשריבן:כ'טראכט פון קויפן די canon t3i, מיין שאלה איז נאר צו מען דארף קויפן דייקא קענאן לענסעס (די 18-135) אדער עס זענען דא ביליגערע לענסעס וואס זענען פונקט אזוי גוט, און אויב יא ווי קען מען באקומען די לענסעס פאר א גוטן פרייז.
You go to B&H
שוין צייט זאלסט דאס וויסן.....
און די אלע שאלות קענט איר דארט אנפרעגן, זיי וועלן אייך אלעס פארענטפערן...
דיין תגובה איז געשריבן געווארן 3:52 pm נאך אביסל פרי צו הערן דעם יו גאו טו... :)
( פאר די וואס הערן עס טעגליך, כאפן מסתם וואס כ'מיין )
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 30, 2012 10:45 am
דורך שנאפס
מוטשע נישט האט געשריבן:שמעק_טאביק האט געשריבן:מוטשע נישט האט געשריבן:כ'טראכט פון קויפן די canon t3i, מיין שאלה איז נאר צו מען דארף קויפן דייקא קענאן לענסעס (די 18-135) אדער עס זענען דא ביליגערע לענסעס וואס זענען פונקט אזוי גוט, און אויב יא ווי קען מען באקומען די לענסעס פאר א גוטן פרייז.
You go to B&H
שוין צייט זאלסט דאס וויסן.....
און די אלע שאלות קענט איר דארט אנפרעגן, זיי וועלן אייך אלעס פארענטפערן...
כ'גלייב נישט זיי זאלן ענטפערן אז איך קען גיין ערגעץ אנדערש קויפן א לענס
זיי פארקויפן ביליגערע לענסעס אויך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 7:53 pm
דורך tell.me.something
קען זיין איך בין שוין אביסל צו שפעט (אודאי בינעך. די T3I איז שוין אוטדעיטעד. יעצט איז צייט פאר די נייע T4I...) אבער עס זענען פאראן אפאר קאמפאניס וואס מאכן לענסעס פאר אלע קאמפאניס א_ווי SIGMA. TAMRON (דאכצעך עריז א היימישער יוד) וכו' נאך אסאך קאמפאניס וואס מאכן לענסעס וואס ארבייט מיט קענאן. נייקאן וכו' און זענען היפש ביליגער
און אפילו אויב למשל ווילסטו דוקא נוצן א לענסעס פון א צווייטע ברענד (למשל ביז איצט האסטו געהאט א קענאן 5D mark 2 און איצט ווילסטו קויפן א nikon D800. אבער דו האסטעך שוין אנגעקויפט מיט פינף טייערע לענסעס פון קענאן) איז דא אזא זאך ווי א lens converter פאר בערך 200 דאלאר (טאקע אסאך. אבער נישט ווען דו ווילסט ראטעווען 10,000 דאלער ווערט פון לענסעס פון ליגן אין סטארעדזש) וואס ארבייט מיט רוב ברענדס (חוץ אויף סאני מיין איך אז דו קענסט נישט נוצן א קאנווערטער)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 11:54 pm
דורך שוועמל
פאר א קענאן t2i אדער t4i וואסערע לענס איז גוט פאר פארטרעיט פאטאוס?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 12, 2013 10:23 am
דורך שנאפס
http://www.amazon.com/forum/canon%20len ... WEPV1CZVOHקוק די צווייטע פאוסט, און אויב עס איז צו שווער קוק די דריטע..
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 11, 2013 11:37 pm
דורך שוועמל
פראגע:
מיין רעבעל איז איינגעשטעלט אויף קוואליטי M וואס איז 3456x2304 [4409] רעזאלושען.
דאס איז לכאורה א 3:2 רעשיא, שטימט?
למעשה ביים דעוועלאפן צו 4X6 פרינטס זע איך האט מען געקראפט רוב בילדער.
וויזוי שטעל איך אן סזאל פרינטן גוט אויף 4X6 און נישט דארפן קראפן?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 24, 2013 8:13 pm
דורך צים פינטעל
איך האב מיר היינט אנגערטראפן אין בעסט ביי מיט א געוואלדיגע פוינט ענד שאט קאמערא
די Sony Cyber-shot HX50V Digital Camera
עס האט כמה וכמה מעלות
והראשון א 30X אפטיקעל זום
20 מעגא פיקסל
מקען צולייגן א עקסטערנעל פלעש אדער א מייק
עס ארבייט מיט וויי פיי סא מען קען אנשטעלן אז די בילדער זאלן גלייך ארויפגיין אויף די פאון אדער טעבלעט
מקען אויך מאנאווערן די קאמערע דורך די סמארט פאון
עס האט א געוואלדיגע פאנאראמע פישטער
ועוד ועוד
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 10, 2013 11:14 pm
דורך ווער בין איך?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 12, 2013 12:16 am
דורך עקבי הצאן
ווער בין איך? האט געשריבן:http://www.dansdeals.com/archives/38139
קוקט אויס א גוטע דיעל
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 16, 2013 7:38 pm
דורך פשוט'ער אידל
סך הכל אידן טייערע .
איך זוך מיט לעכט א גוטע קעמערע פאר ביליג. 150 רענזש.
מיין עקרת הבית האט קיין סאך געדולד צו דיגיטל כלים. ס'דארף זיין מיט פשוט'ע גרינגע פייטשערס.
א ריזיגען דאנק פון פאראויס פאר אייער עדווייז
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 16, 2013 8:31 pm
דורך וויכטיג מאכער
די קענאן ELPH 330 קענסטע האבן יעצט פאר די פרייז רעינדזש...
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 16, 2013 8:47 pm
דורך קנאפער ידען
היינט האט עמעזאן געהאט, קען זיין זיי האבן נאך אלץ, די ELPH 115 פאר $69, ממש א בלידע מציאה!
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 16, 2013 8:51 pm
דורך מילכיגער
וויכטיג מאכער האט געשריבן:די קענאן ELPH 330 קענסטע האבן יעצט פאר די פרייז רעינדזש...
וואס גייט מיר פעלן טאמער גיי איך קויפן נאר די פשוטע ענדערש ווי די 3-400$ רעינזש
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 16, 2013 8:57 pm
דורך קנאפער ידען
קנאפער ידען האט געשריבן:היינט האט עמעזאן געהאט, קען זיין זיי האבן נאך אלץ, די ELPH 115 פאר $69, ממש א בלידע מציאה!
יאפ, דערווייל איז עס נאך פארן ביליגען פרייז.
http://www.amazon.com/gp/aw/d/B009B0MYS ... 423&sr=8-1