private האט געשריבן:איך האב נארוואס איינגעהאנדעלט א Canon Power Shot SX230
איך האב א קליינע פראבלעם דערמיט, ווען איך כאפ פיקטשער'ס האב איך נישט קיין פול דריי אינטש סקרין, זיי נעמען אוועק אביסל פון אלע זייטן. נאר ווען איך כאפ ווידיאו באקום איך די פולע סקרין. איך זע נישט וואו איך קען דאס אנשטעלן עס צו טוישן. ווייסט אפשר איינער פון די פראבלעם?
די SX230 איז גאר א גוטער קאמערע. קאנגראטולאציעס.
די 3 אינטש סקרין איז א "ווייד-סקרין" (16:9), וואס איז ברייטער ווי א רעגולער בילד (4:3), און איז די זעלבע אספעקט-רעשיא ווי א "24 אינטש ווייד-סקרין.
אויב ווילסטו פרינטן דיינע בילדער, לאז עס אזוי ווי עס איז, בעסער זאל עס פיטן אויפן פאפיר ווי אויפן סקרין (הגם די פרינט איז אויך נישט גענוי די זעלבע סייז, ס'איז דאך א 6X4, אדער 3:2 אין די אנדערע שפראך, אבער דאך איז עס מער ענליך צו די 4:30 פארמאט... איך ווייס נישט צו דו פארשטייסט דעם שפראך..?). אבער אויב ווילסטו עס זאל בעסער אויסקוקן אויף דיין קעמערעס סקרין און אויך אויף א קאמפיוטער'ס ווייד-סקרין, שטעל אן אויפן קעמערע (דארט וואו דו שטעלסט אן וויפיל מעגאפיקסל ער זאל כאפן) די W, וואס מיינט WIDE, און אזוי וועט עס ארויפקומען אויפן גאנצן סקרין.