בלאט 1 פון 1

על גאור = אינטערנעט, דזשאן מעקעין = בלעקבערי

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2008 5:38 pm
דורך מאשקע
ווי איר ווייסט אוודאי, איז דער אינטערנעט אויסגעטראפן געווארן דורך נישט קיין צווייטן ווי "על גאור", דער "נאבעל שלום פרייז" געווינער פאר'ן ראטעווען דעם וועלט פון גלאבאלע ווארעמונג אונטערגאנג.

אצינד איז מען געוואויר געווארן, אז דער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט, דזשאן מעקעין, האט גאר ערפינדן דעם בלעקבערי!

אן עקאנאמישער ראטגעבער צו מעקעין האט געזאגט, האלטנדיג א בלעקבערי אין די הענט: "איר קוקט אויפ'ן נס וואס דזשאן מעקעין האט געהאלפן צו ערצייגן".

א נאנטער מעקעין געהילף האט אוועקגעמאכט דעם סטעיטמענט, זאגנדיג אז ווען מעקעין האט געהערט דערפון האט ער זיך צעשמייכלט.

ס'איז בכלל נישט זיכער אז מעקעין ווייסט וויאזוי מ'דרוקט די קנעפלעך אויף א בלעקבערי, ווייל ווען ער איז געווען א כולל יונגערמאן פלעגט מען זיך שפילן מיט טעלעגראמען...

וואס קומט נעקסט? פראנץ יאזעף האט אויסגעטראפן האט-קאפס?...

http://afp.google.com/article/ALeqM5gcH ... jqgLWe6F8Q

http://news.cnet.com/8301-13578_3-10043126-38.html

http://edition.cnn.com/2008/POLITICS/09 ... nnSTCVideo

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2008 5:44 pm
דורך אלעקסיי
מאשקע האט געשריבן:
ס'איז בכלל נישט זיכער אז מעקעין ווייסט וויאזוי מ'דרוקט די קנעפלעך אויף א בלעקבערי, ווייל ווען ער איז געווען א כולל יונגערמאן פלעגט מען זיך שפילן מיט טעלעגראמען...



לא"ה

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 4:34 pm
דורך שמערי בערי
יוי מאשקע ביסטו גוט. כהאב אויסגעקראכט דארט ווי אלעקסיי האט....

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 4:38 pm
דורך 3x0
גם אני.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 4:39 pm
דורך שמערי בערי
נעקסט קומט אז באראק אבאמא האט אויסגעטראפן סעליולער טעלעפאנס...

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 5:34 pm
דורך קרעמער
מען האט געשמועסט אז נאכדעם וואס אבאמא האט געמאלדן זיין מיטלויפער אויסוואל אויף טעקסט מעסעדזשעס, האט מעקעין פארשפראכן צו זענדן טעלעגראמען פאר אלע שטיצער ווען ער וועט זיין גרייט צו מעלדן "זיין" מיטלויפער.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 6:31 pm
דורך שמערי בערי
חח... קרעמער....

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 7:55 pm
דורך איש חסיד
אז מרעדט פון בלעקבערי אויף פאקס נויס גיט ער אינז א שיעור אין שלום בית
Stop e-mailing and start talking to your spouse

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 8:35 pm
דורך איך_הער
מאשקע, וואויל, יישר כח.

פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 20, 2008 11:02 pm
דורך MUTCHE
וואס ווילטעץ פון מעקעין? קודם לערנט אים אויס צו אנצינדן א קאמפיאטער...