בלאט 1 פון 1
ווער קאלט מיך?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 12:02 pm
דורך מאשקע
איך האב היינט באקומען א טעלעפאן קאל פון אן אומבאקאנטן נומער, און כ'האב נישט אויפגעהויבן. ווען כ'האב צוריקגערופן איז עס געווען ביזי.
כ'האב אריינגעקלאפט דעם נומער אין גוגעל, און כ'בין אנגעקומען צו אן אינטערעסאנטן סייט,
http://whocallsme.com , וואו מענטשן קלאפן אריין די נומערן פון אומבאקאנטע רופערס און מ'פרובירט אינאיינעם זיך צו העלפן דערגיין ווער דאס איז און פארוואס יענער קאלט.
אז איר באקומט קאלס פון אומבאקאנטע נומערן, קלאפט דאס דארט אריין און קוקט אויב אנדערע האבן שוין אויך באריכטעט דערוועגן און צי עמיצער האט מער אינפארמאציע דערוועגן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 2:41 pm
דורך KCSP
זייער א גוטע זאך, מען דארף נאר מאכן זיכער פאר מען לייגט דארט ארויף א נומער אז ס'איז טאקע נישט קיין פראוואטע מענטש אדער אמאל איז עס א חבר מיט א נייע נומער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 2:42 pm
דורך לעווי
זייער אינטרעסאנט.
איך האב אין די לעצטע האלבע יאר א קאמפאני וואס רופט מיך כאטש צוויי מאל א וואך ווי זיי לאזן מיך א מעסעדזש אז איך זאל זיי וואס שנעלער צוריק רופן און זיי לאזן איבער א נאמבער. ווען איך רוף צוריק הייסן זיי אריין לייגן א קאוד אבער איך האב נישט קיין אהנונג וואס פאר א קאוד זיי רעדן פון.
עמיר אראפשרייבן זייער נומער און זעהן וואס מען זאגט דערויף אויף דער סייט.
דרך אגב ווייסט איינער פון אן עידזשענסי וואו מען קען קאמפלעינען פאר הערעסמענט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 2:45 pm
דורך KCSP
אגב איז דא א וועג צו וויסן א CELL PHONE ווער עס איז ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 2:48 pm
דורך KCSP
לעווי, 911.... וועט נישט טאן דעם ארבעט??
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 2:50 pm
דורך אלעקסיי
צום ערשט דארף מען זיך ארויפסיינען אויפן דא נאט קאל ליסטע, דערנאך קען מען זיך פארען מיט די שטותים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 3:02 pm
דורך join us
ס'איז דא סייטס וואו מען קען טשעקען באט ס'קאסט געלט!!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 6:41 pm
דורך יעקעלע פוקס
אינטערעסאנט
איך האב נעכטן באקומען א קאל אויף מיין סעלפוין אויף די קאלער איידי איז געשטאנען 1-703-547-6545 קיינער האט נישט גערעד האב איך פרובירט צירוקרופען האט אויף געהויבען א מעסעדש וואס זאגט אז איך זאל נישט געבען קיין שום אינפארמעישן ווייל איינער פרובירט גנב'נען פרייוועט אינפוי
קאל דע נאמבער וועסטי הערן זייער אינטערסאנט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 7:05 pm
דורך מאשקע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 7:14 pm
דורך יעקעלע פוקס
כאב נישט קיין צייט צי זיצען אויף גוגעל איך בין צי ביזי מיט די אידישע וועלט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 8:27 pm
דורך KCSP
איך האב שוין גרעדזיסטערט מיין נומער אויף DO NOT CALL א לאנגע צייט צוריק און איך באקום נאך אלץ פון דעי קאלס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 10:13 pm
דורך קרעמער
יעקעלע;
טאקע אינטערסאנט, איך האב יעצט אויסגעהערט זייער מעסעדזש.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 2:26 am
דורך שוועמל
מאש'.
ממש לעצטענס האב איך מיך אנגעשטויסן מיט דעם סייט וואס דו דערמאנסט, ווען כ'אב געטרייט געוואור צו ווערן א נומבער וואס קאלט מיך כסדר אויף מיין סעל און זאגט א מעסעזש "היי דיס איז רובן קאהן ספיקינג פליס קאל מי בעק איי העוו ען אימפארטענט מעסעזש פאר יו" בערך אזוי איך דענק נישט פונקטליך.
דארט אין יענעם סייט האב איך גלייך געזעהן דעם נומער און פולע קאמפלעינטס מיט די גענויע זעלבע מעססעזש וואס יעדער הערט.