בלאט 1 פון 1

הייפערסאניק סאונד "א בת-קול"

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 2:40 pm
דורך thefact
בילד

אמאל אויב איינער האט געהערט וואויסעס איז ער געווען אדער א משוגענער
אדער איז עס געווען א בת קול און דער מענטש איז געווען א בעל זכיה

בקרוב וועלן מיר אלע הערן "וואויסעס"

א נייע טעכנעלאגיע פון "הייפערסאניק סאונד" וואס ערמעגליכט צו צילן א ביעם קול גראד אין איינעמ'ס אויער איז שוין א פאקט.
אדווערטייזער און מארקעטינג פירמעס שארפן זיך שוין די ציין און עס זאמעלט זיך זיי שוין אן די שפייעכטס אין מויל וואס פארא גוטע אויפטו דאס איז.

אבער נארמאלע מענטשען דרוקן אויס זארג אז דאס וועט ווערן נאך א וועג צו רודפן די מענטשהייט.

שטעלט אייך פאר, איר שפאצירט אריין אין א געשעפט, ס'איז שטיל און רואיג, דער געשעפטסמאן גריסט אייך גוט מארגן און פרעגט אייך וואס ער קען העלפען, איר פרעגט אים ווי ליגט די פסח'דיגע צוקער זאגט ער גייט אייל 5, איר הייבט אויף א צוקער מיטן וואלאווער הכשר, הערט איר א שטילע ווארנ'דיגע שטימע פון א פופציג יעריגן איד בזה"ל: "ע ר ע ב - א י ד" צו ווייסט איר נישט אז דער רבי זעכרוינע לעברכה האט געהייסן קויפן נאר סאכדעס צוקער אויף פסח, איר דרייט אייך אויס איר זעהט א אינגל פון צוועלף יאר, איר פרעגט אים, אינגל!! דו האסט געהערט דעם בת קול?
דער אינגל קוקט אייך אן מיט קעלבערנע אויגן פון די לבנה און שאקעלט מיטן קאפ ווי צו זאגן: יא יא ליידער היינטיגע אינגעלייט אזוי אינג נעבעך נו וודאי זיי האלטן שוין נישט אויס פון די פיצעלע דירות הוי טאטע וויפיל נאך אידן וועלן אזוי אראפגיין פון זין, אנגעהויבן האט זיך עס מיט רעדן צו זיך אליינס אויפן גאס (בלוטוט) און יעצט הערן זיי שוין ליידער "וואויסעס"

איין אויפטו וועט זיין ביי חתונות ווי די געסט ביי די חתונה וועלן הערן מוזיק און די שכנים (ווי אויך אן אבל ל"ע) וועלן גארנישט הערן

אן אמבולאנס סייערין מיט הייפערסאניק סאונד טעכנעלאגיע וועט געהערט ווערן נאר פון די קארס אין פארנט פון דעם אמבולאנס און נישט פון אינטן (און די שכנים קענען אויך ווייטער רואיג שלאפן)

http://www.usatoday.com/tech/news/techi ... -hss_x.htm
http://www.canada.com/ottawacitizen/new ... 0d3f03596d

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 2:48 pm
דורך אנדי פעטיט
זייער אינטרעסאנט, שכח פארן אפדעיט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 2:50 pm
דורך זיידעניו
און עס וועט מקיום ווערן לא נתנה נבואה אלא לקטנים ולשו.....

ווי זוי גייט אינער עס יא הערן און איינער נישט?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 2:54 pm
דורך אלעקסיי
קען עמיצער ערקלערן די טעכנעלאגיע דערפון, און וואס טייטש אז עס איז שוין פאקט, ווי איז עס דא פאקטיש?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 3:30 pm
דורך מאשקע
זייער אינטערעסאנט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 4:34 pm
דורך יאנאש
שכוח פאר די נייעס, עס איז זייער אינטערסאנט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 4:41 pm
דורך אלץ-ווייסער
איך האב שוין געזען באשריבן די טעכנאלאגיע בערך 7 יאר צוריק, אנהייב פון דעם יאר הונדערט.

לויט ווי איך האב דעמאלט געליינט איז עס פינקט ווי מ'קען ביעמען א שטראל, מיט א לעיזער פאינטער,
לאזט די נייע טעכנאלאגיע וועט מען קענען ביעמען סאונד, און נאר די וואס זענען אינעם פאוקס וועלן עס הערן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 7:39 pm
דורך אלעקסיי
ווייסט איינער וואס טוט זיך מיטן טעכנעלאגיע פון צוריקברענגען אלטע קולות?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 10:32 pm
דורך קרעמער
שיין באשריבן, איך גלייב אבער שווער אז דאס זאל אמאל פארוואנדלט ווערן אין א פאקט (איך ווארט נאך אויפן טעלעפאן וואס מען קען זיך זעהן ביים רעדן).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2008 12:21 am
דורך שוועמל
דער טעלעפאן וואס מקען זיך זעהן, איז שוין לאנג דא. נאר ביידע זייטן אויפן ליניע ברויכן האבן דעם זעלבן מאשינקל.

די פאקט;
גוט באשריבן די נייע טענאלאגיע.

אלעקס;
איך האב געהערט פון פארשידענע פלעצער אז מען נוצט שוין די טעכנאלאגיע צוריק צו ברענגען אלטע קולות וואס ליגן אין אטמאספער, די פראבלעם איז אז מען קען נאך דערווייל נישט אינטערשיידן אין די עלטער פון די קולות. למשל אויפן הר הבית וועט עס אויפכאפן די מעכטיגע קול שעשה בן מוכני לכיור אינאיינעם מיט (להבדיל) די געשרייען פון 'אל-אקצא' אראבער פאר עטליכע יאר ווען שרון איז ארויף בזדון אויפן ארט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2008 10:15 am
דורך אלעקסיי
ערגעץ האב איך אמאל געזעהן אין א ספר (נישט בוך) איבער צוריקברענגען קולות פון הר סיני, ווייסט איינער ווי דאס שטייט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2008 12:42 pm
דורך צייטליך
די פאקט, ס'איז זייער אינטערסאנט און איר האט עס גוט אראפגעלייגט.