טעכנאלאגיע נייעס

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

טעכנאלאגיע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

"קלערווייער" וועט זיך פאראייניגן מיט "ספרינט נעקסטעל" צו בויען א פאראייניגטע 14.4 ביליאן קאמפאני פון ווייערלעס בראודבענד
די קאמפאני וועט בלייבן מיט די נאמען "קלערווייער"

די קאמפאניס "אינטעל" "גוגעל" "קאמקעסט" "טיים ווארנער" און "ברייט הויז נעטווארקס" וועלן אינוועסטן 3.2 מיליאן אין די נייע קאמפאני

בילד

http://news.yahoo.com/s/ap/20080507/ap_" onclick="window.open(this.href);return false; ... _clearwire
http://www.forbes.com/markets/2008/05/0" onclick="window.open(this.href);return false; ... ets14.html
לעצט פארראכטן דורך thefact אום דאנערשטאג מאי 15, 2008 4:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

דאס מיינט אז די נאמען ספרינט וועט אראפ גיין אדער עס וועט זיין 2 עקסטרע פירמעס
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

אפיציעלע באאמטע פון די "פעדעראלע געריכט" האבן ארויסגעשיקט א ווארענונג אז העקערס שיקן אויף אימעיל "פאלטשע סובפינעס" בייגעלייגט מיט "בייזוויליגע פראגראמען" צו טויזענטער עזעקיוטיוו'ס (מענטשן פון די פירערשאפט) פון אמעריקאנער קאמפאניס מיטן ציל צו גנב'ענען ווערטפולע סענסעטיווע קארפארעטיווע אינפארמאציע

אנדערש ווי געווענליכע וויירוס אימעילס זענען די אימעילס זייער פערזענליך געצילט מיט פונקטליכע לעגאלע נעמען און פארמאגן א גוטע לעגאלע שפראך און מענטשען פאלן זייער גוט אריין אין דעם נעץ

בילד

http://news.yahoo.com/s/afp/20080506/bs ... courtcrime
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

שמערי בערי האט געשריבן:דאס מיינט אז די נאמען ספרינט וועט אראפ גיין אדער עס וועט זיין 2 עקסטרע פירמעס


מ'רעדט נישט פון ספרינט'ס סעלפאון פירמע
מ'רעדט פון א "וויימעקס" ווייערלעס נעטווארק

א יו טוב הסבר
http://יו-טוב איז נישט ערלויבט/watch?v=pGraONLYNnA
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

גוגעל כאפט זיך צוריק! גוגעל געווינט ווידער!

בילד

נאכן כאפן מכות לעצטענס ווען זייער סטאק האט געטראסקעט 45 פערצענט פון זייער הויעכפונקט
און זייערע צוויי קאנקורענטן האבן געדראעט זיך צו פאראייניגן און ארויסצוקומען מיט א דאפעלטען פראנט

אבער אצינד אז מייקראסאפס האט באשלאסן נישט צו גיין ווייטער מיר די פלענער און גוגעלס סטאק האט זיך ווידער געהויבן זעהט מען אז גוגעל איז שטערקער און פעסטער ווי סיי ווען פריער

http://www.reuters.com/article/ousiv/id ... 0220080506
http://news.yahoo.com/s/ap/20080507/ap_ ... den_google
http://ap.google.com/media/ALeqM5iQCJ5r ... Lbmz1wjNlQ
לעצט פארראכטן דורך thefact אום דאנערשטאג מאי 08, 2008 10:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך ווייס אזויפיל אז גוגל סטאקס האבן זיך געהויבן עפעס נישט נארמאל דעם לעצטן חוה"מ.

איינע פון די טעג האט עס געהאלטן ביי זעקס מאות א שעיר (לעזעזאל..)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

אז מרעדט שוין פון גוגעל ...

"גוגעל" גייט אנהייבן צו מאכן געלט אויף "יו טוב"

בילד

גוגעל האט געמאלדן אז די העכסטע און דרינגענדסטע אנגעלעגענהייט דאס יאר וועט זיין די פראיעקט צו מאכן געלט אויף "יו טוב"
אבער זיי האבן נישט געמאלדן קיין פרטים וואס ווען ווי

גוגעל האט אפגעקויפט יו טוב פאר 1.6 ביליאן דאלער אין יארע 2006
גוגעל האט די לעצטע יארן געשפענדערט ביליאנען אפצוקויפן אסאך קלענערע קאנקורענטן
און צווישן זיי די "דאבל-קליק" אדווערטייזינג פירמע פאר 3.6 ביליאן דאללער אנפאנג יאר
ועוד ידיהם נטויה

http://www.reuters.com/article/business ... 2520080508
http://news.yahoo.com/s/nm/20080508/wr_nm/google_dc
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

איבעי פעיפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

איבעי פעיפאל


בילד

איבעי באטראכט פלענער צו צווינגען קאסטומער'ס איינצוקויפן נאר מיט זייער "פעי-פאל" סערוויס זיי הייבן דאס אן אויס צופראבירן אין אויסטראליע קומענדיגן חודש

איבעי געט אן די פאלגענדע סיבות צו בארעכטיגן די נייע רעגולאציע אין אויסטראליע וואס וועט ווארשיינליך נאכפאלגן אין אנדערע מקומות

1. רעדוצירן "דעספיוט'ס" (ד.ה. מערער זיין אויף קרעדיט קארד דורכפירונגען)
2. רעדוצירן שווינדל ("פראעד" בלע"ז)
3. פארשטארקן די זיכערהייט (סעיפטי) פון די קונדן
4. פארשטארקן די צוטרוי פון מענשן אין זייער מארקעט פלאץ

ס'איז פארשטענדליך אז מענטשן ווערן ברוגז מיט פארשידענע טענות אויף צוריק

1. אז עס ברענגט א בליק פון אומצוטרוי צו איבעי
2. איבעי וויל בלויז מאכן מער געלט דורך פארמערן די פארדינסטן פון זייער "פעי-פאל" סערוויס (פעי-פאל באקומט 30 צענט פלוס מעקלעריי טיילמאל אזוי הויך ווי 4.4 פראצענט פון יעדע טראנזאקציע)
3. ס'וועט אלימינירן די מעגליכקייט פון קאמפעטישן מיטן ציל פון איבערגעטריבענע רווחים
4. פעי-פאל וועט באקומען די מעגליכקייט צו טשארדזשן פרישע אפצאלן פאר זייערע קונדן אן דארפן אפגעבן דין וחשבון אדער זיך רעכענען מיט קאנסעקווענצן
5. פעי-פאל איז אויך נישט אזוי הונדערט פראצענט געפאנצערט פון שווינדל

http://ap.google.com/article/ALeqM5hMBn ... QD90I7GNG1[align=center][/align]
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

מורישקעס מאכן חורבנות

בילד

טויזענטער מורישקעס האבן אינוואדירט טעקסעס זיי ווידמען זיך ווי די בני ישראל אין מצרים אין זיי מארשירן ארום אין מאכן חורבנות זיי מאכן קורצשלוסן און צוברעכן קאמפיוטער'ס פאמפ'ס און פייער אלארם'ס ווי די טבע פון מוריטשקעס ציען זיי זיך צו עלעקטעראנישע עקוויפמענט און מאכן א חורבן

די ווילדע האריגע, רויט-ברוינע מוריטשקע איז באקאנט מיטן נאמען "קרעזי רעסבערי מוריטשקעס"
* קרעזי (מיינט משוגע) - ווייל זיי וואנדערן ארום ווי משוגע אן א סדר אנדערש ווי אנדערע סארטן מוריטשקעס וואס מארשירן מיליטעריש אין א סדר
* רעסבערי - נאך איינעם אן עקסטערמינעטאר "טאם רעסבערי" דער מיסטער רעסבערי האט פרובירט מלחמה האלטן מיט זיי אין די בראשית יארן (ער איז אנגעקומען 'ערגעץ אין לעבן' דער מיסטער רעסבערי 'א קלייניקייט?!' א מוריטשקע הייסט על שמו - באמת איז דא דאממיס וואס מיינען זעכער אז די פרוכט רעסבערי אדער די רעסבערי טעלעפאנס איז אויך על שמו)

די פיצי שרצים זענען פיצי ווי פליגן אין לויפן איבעראל אויף די טערראסעס אין די שווים באסיינען אין די טויזענטער און זיי לויפן שנעל ווי משוגע
די רעסבערי מוריטשקע איז לכאורה אנגעקומען קיין טעקסעס אין 2002 מיט א קארגא שיף ביים בארטן פון טייך האדסאן ווי מהאט זיי ערשט באמערקט קיינער ווייסט נישט פון ווי זיי זענען געקומען (זייערע קאזינס אנדערע מעשוגענע מוריטשקעס געפונען זיך אין די קאריביען אינזלען) און היינט צוטאג'ס האבן זיי זיך פארשפרייט אין פינף קאונטיס

פרו וישרצו ויעצמו מאד מאד

http://www.abcnews.go.com/Technology/wi ... id=4854777
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

א דיזשטעל קאמערע פון א "ביליאן" פיקסעל, בקרוב (?) אויף די מארקעט.
ליינט דעם ארטיקעל
http://technology.timesonline.co.uk/tol ... 938717.ece
נאסא, גוגעל און נעשינעל דזעאגרעפי זענען טעטיג צו העלפען די קאמפעני ערצייגען וואס גיכער.
איינמאל דאס וועט זיין אויף די מארקעט איז צום האפען אז מען וועט מער נישט זעהן אין די צייטונגען אינטער די נעילת החג בילדער "חלק מהקהל"
דאדורך דעם קאמערע וועט מען קענען מאכען א פאנעראמע פון גאנץ קהל און אלע ברענטשעס ארינגס און ארום. מי יתן והי'
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

שכוח פאר די אלע נייעסער, אפילו מ'שרייבט גארנישט צו, האט מען אבער הנאה.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

כ'בין מיט טריאו.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שיק אים א גרוס...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

נאטורליך האט געשריבן:איינמאל דאס וועט זיין אויף די מארקעט איז צום האפען אז מען וועט מער נישט זעהן אין די צייטונגען אינטער די נעילת החג בילדער "חלק מהקהל"


אוי האסטו מיך געמאכט אויסשיסן.
חחחחחחחח
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

thefact האט געשריבן:גוגעל כאפט זיך צוריק! גוגעל געווינט ווידער!


נאכן כאפן מכות לעצטענס ווען זייער סטאק האט געטראסקעט 45 פערצענט פון זייער הויעכפונקט
און זייערע צוויי קאנקורענטן האבן געדראעט זיך צו פאראייניגן און ארויסצוקומען מיט א דאפעלטען פראנט

אבער אצינד אז מייקראסאפס האט באשלאסן נישט צו גיין ווייטער מיר די פלענער און גוגעלס סטאק האט זיך ווידער געהויבן זעהט מען אז גוגעל איז שטערקער און פעסטער ווי סיי ווען פריער

http://www.reuters.com/article/ousiv/id ... 0220080506
http://news.yahoo.com/s/ap/20080507/ap_ ... den_google
http://ap.google.com/media/ALeqM5iQCJ5r ... Lbmz1wjNlQ


אין א מעלדונג דעם זונטאג איז צוריק געעפענט געווארן די געשפרעכן צווישן מייקראסאפט מיט יאהו!.

עס איז נאכנישט קלאר צי עס וועט עפעס ווערן פון די געשפרעכן אבער אויף אזויפיל איז געבליבן אז מען וועט ווידער באטראכטן מעגליכקייטן אז כאטש געוויסע חלקים פון יאהו זאלן אריבערגיין צו מייקראסאפט. די אישו וואס דארף ווערן אויסגעהאמערט איז איבער די שעיר האלדערס פון יאהו צי ס'וועט זיין אן עקוויזישאן צו מייקראסאפט צי נישט.

דאס הייסט 'יאהו ולא כל יאהו'...

http://www.cnn.com/2008/US/05/18/micros ... topstories
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

שוועמל:
1. אפשר געסטו צו ערקלערן וואס מיינט עקוויזישאן ?

די אידישע אפטייטש פון עקוויזישאן איז לכאורה ערווערבן, אייננעמען, איבער נעמען, אינגאנצן אפקויפן

ד.מ. לכאורה אז מייקראסאפט האט איינגעזעהן אז יאהו איז פאר'עקש'נט נישט יעצט זיך צו לאזן אינגאנצן אינטערברענגן פון צו זיין א זעלבסטשטענדיגע פירמע מיט די טענה אז מייקראספט טוט אינטערשאצן זיין ווערט אבער פון די אנדערע זייט איז יאהו גענוג אין צרות ווייל זי האט שטאלצערהייט קאטעגאריש אפגעזאגט אזא גוטע אפפער פון אזא ריז ווי מייקראסאפט אן זיך אדורכשמועסן מיט אירע סטאק שעירהאלדער וואס זיי זענען למעשה אויך שותפים אינעם געשעפט

דעריבער איז די צווייטע שאלה
2. וואס זענען די נייע פארהאנדלונגען אנדערשט פון די אלטע?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

על אחרון אחרון...

שאלה 2) איך בין קיין געניטער ביזנעסמאן און איך קען נישט די אלע סטאק טערמס. אבער ווי איך פארשטיי איז דאס גענוג אנצודייטן אז מען קען 'נאך' רעדן דערפון און ס'יז נאכנישט פאראיבער. ווי ביידע זייטן לאזן פאלן הויכע וויקעבולערא ווערטער מיט שטארקע ביזנעס טערמס צו געבן דעם געפיל ווי עפעס טיפער שפילט זיך דא אפ, ווען באמת זענען זיי נאך יא אינטערעסירט אינעם דיעל.

שאלה 1) (וקרוב אני בעיני..) עקוויזישאן קען דא מיינען צוויי באדייטן, איינס אז אפילו נאכן אפקויף וועלן געוויסע אפעראציעס פון יאהו בלייבן אונטער יאהו, און ס'וועט בכלל נישט אריבער גיין צו מייקראסאפט. (וויאזוי צו צעטיילן וואס יא און וואס נישט, ווייס איך נישט).

אדער איז פשט אז די 'שעירס' וועלן בלייבן אונטער יאהו און אונטער זייער באורד אף דירעקטארס, כאטש אלע אפעראציעס וועלן ארבערגעפירט ווערן צו מייקראסאפט. (וויאזוי דאס אויסצוארבייטן לעגאל און ביזנעס-ווייס איז מסתם קאמפליצירט און עס קען נעמען חדשים אדער יארן, אזוי גלייב איך) .

קען זיין עס מיינט עפעס אנדערש, מער ווי דעם האב איך נישט געליינט אין די נייעס.
לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום מאנטאג מאי 19, 2008 3:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

גוגעל איז פארגאנגענעם פרייטאג איבערגעשטיגן יאהו מיט'ן ווערן די מערסטע-באזוכטע וועבסייט אין אמעריקע!
http://www.computerworld.com/action/art ... rss_news10

אלוועלטליך האט מייקראסאפט געהאט דעם כבוד ביז אפריל 25, ווען גוגעל האט דאס צוגעכאפט פון איר.
http://www.sfgate.com/cgi-bin/article.c ... &type=tech
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לויט ווי איך האב געוויסט האט גוגל אלס געהאט מער באזוכער פון יאהו מיט עפעס א מיליאן א חודש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צו פארענטפערן דעם הארבן שוועמל, קען מען אפשר זאגן בדוחק, אז לא פליגי, הא לוועב-זייטל והא ל-סוירטש ענדזשין, ודו"ק.
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

קרעמער האט געשריבן:צו פארענטפערן דעם הארבן שוועמל, קען מען אפשר זאגן בדוחק, אז לא פליגי, הא לוועב-זייטל והא ל-סוירטש ענדזשין, ודו"ק.


ואיבעית אימא אידי ואידי לוועב-זייטל ול-סוירטש ענדזשין, אלא הא לן והא להו איך מיין הא ל-אמעריקע והא לכל העולם כולו
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

אינטערעסאנטע טעכענעלאגיע נייעס לעצטענס אויף איי וועלט

פרוי כאפט קאמפיוטער רויבער דורכן נוצן אינטערנעט פראגראם
http://www.ivelt.com/index.php?o ... ew=article

100 דאלער 'לעפטאפ" וועט האבן Windows XP
http://www.ivelt.com/index.php?o ... ew=article

נאך אינטערעסאנטע נייעס אויף איי וועלט...
http://www.ivelt.com/index.php?o ... w=category
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

איז עפעס געווארן מיט יאהו און מייקראסאפט צום סוף?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

thefact האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:צו פארענטפערן דעם הארבן שוועמל, קען מען אפשר זאגן בדוחק, אז לא פליגי, הא לוועב-זייטל והא ל-סוירטש ענדזשין, ודו"ק.


ואיבעית אימא אידי ואידי לוועב-זייטל ול-סוירטש ענדזשין, אלא הא לן והא להו איך מיין הא ל-אמעריקע והא לכל העולם כולו


דער האחרבלער שוועמל שטאמט פון דא http://www.quantcast.com/top-sites-1
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

http://www.ivelt.com/index.php?option=c ... ew=article

גוגל מאכט א דיל מיט יאהו
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע”