די ריכטיגע וועג צו סקענען דאקומענטען

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

יונה ישראל
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:36 pm

די ריכטיגע וועג צו סקענען דאקומענטען

תגובהדורך יונה ישראל » מיטוואך מארטש 04, 2020 3:22 pm

איך האב טויזענטער דאקומענטן און כתבי יד, גרויסע צעטלעך און קליינע צעטלעך, איך וויל וויסן וואס איז די גרינגסטע און די בעסטע און די שנעלסטע און די פראקטישסטע וועג עס אריינצוסקענען צו מאכן דיזשיטל.
און איך וועל מיר אביסל מסביר זיין, אויף די געווענליכע פרינטער-קאפיע מאשין איז דא אן אפשאן צו סקענען, BW און קאלאר, די רעזעלאשען גייט ביז 600.
אויב מאכט מען עס אויף BW סקענט זיך עס זייער שנעל אדורך, עס קומט ארויס אויפן קאמפיוטער שווארץ אויף ווייס, אבער אויב וויל מען איעדע דקות'דיגע שטרוך ממש ווי די ארגענעלע כתב יד וועט עס נישט זיין.
ווידעראום אויב סקענט מען עס אלץ קאלאר, וועט זיין מורא'דיג קלאר, יעדעס שטרוך און יעדעס פינטל פונעם כתב יד, אבער עס האט א פראבלעם אז אפילו א שווארצע ווייסע פאפיר אן קיין קאלירן, אויב וויל מען עס ארויספרינטן BW וועט עס נישט זיין אזוי שארף שווארץ, און עס וועט זיין בלארי, אויב אבער מען וועט עס ארויספרינטן אלץ א קאלאר קאפיע וועט עס זיין זייער שיין און קלאר. {און דאס מיינט אז יעדע צעטל דארף ווערן ארויסגעפרינט קאלאר}.
נאך א שטיקל פראבלעם אז אויב וויל מען מאכן אויף די קלארסטע וועג אריינצוסקענען וואס דאס איז 600 נעמט עס א שיינע פאר סעקונדעס לענגער ווי די אנדערע וועג, און מען רעדט נישט פון אפאר פאפירן.
מיין שאלה איז צו איך בין בכלל אויף די ריכטיגע רעלסען, אדער עס איז דא אינפארמאציע וואס קען מיר העלפן מיט דעם ענין.
נאך א כלליותדיגע פראבלעם צו עס איז דא א עצה עס זאל אויטאמאטיש ווערן אריינגעסקענט ממש ביז די עקן פונעם פאפיר.
איינער מיט עקספיריענס ?

צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט