בלאט 1 פון 1
וועלט זייגער - גאר אינטרעסאנט
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 22, 2008 2:16 pm
דורך ליפא
א גאר אינטרעסאנטער
וועלט זייגער
ער זאגט וואספארא רגע יעצט איז, וויפיל מענטשען עס זענען דא אויף די וועלט, געבורטן, ב"מ לא עלינו, וויפיל אויל מען פאמפט יעצט, וויפיל קאמפיוטערס עס ווערן פאבריצירט יעדע מינוט, קארס און שייגעץ בייקס,
ועל כולם, קענט איר זעהן וויפיל אינטערוועלט באנוצער עס זענען יעצט פארהאן
און
דא קענט איר עס אראפנידערן צום קאמפיוטער
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 22, 2008 3:42 pm
דורך איך_הער
ליפא, סידעך מעכטיג, ווי אזוי ארבעט דאס? פון ווי ווייסן זיי אלעס.
איך האב אנגעשטעלט פאר, נאו. און געקוקט איין מינוט, צוויי חברה האבן זיך גענומען ס'לעבן, און ארום צוויי הונדעט און זעכציג נייע געבוירענע, און ארום הונדערט עלעוו טויטע.
ס'איז משוגע אינטערעסאנט, מ'קען קוקן שעות דערויף.
אונטער דריי מינוט, און ס'האלט שוין איבער פינף סוסיידער'ס.
לאמיר ענדיגן מיט א גוטע זאך, ביי דריי און א האלב מינוט, האטעס געהאלטן ביי 900 נייע בעיביס.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 22, 2008 3:47 pm
דורך איך_הער
פארגעסן איין קלייניגקייט, אין די לעצטע אכט מינוט, האט די מיליטער אנגעיאגט אויסצוניצן כמעט אכצן מיליאן דאלער. משוגעים וואס זיי זענען.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 22, 2008 4:08 pm
דורך שוועמל
טאקע אינטערעסאנט.
איז דאס באזירט אויף עפעס רעלעוואנט ווי אפיציעלע מיניסטעריום דאטא בעיסעס, אדער בלויז השערות?
פארעפענטליכט: שבת פבואר 23, 2008 9:15 pm
דורך לאקשען ברעט
מען רעכענט אויס בערך וויפעל עסאיז דא א יאר
אין לויט דעם ציטיילט מען עס
דעטס איט
אבער עס האט נישט קיין שייכות מיט די יעצטיגע מציאות
פארעפענטליכט: שבת פבואר 23, 2008 9:16 pm
דורך לחיים ולברכה
זיי שרייבן אז ס'איז בלויז השערות, אבער ס'איז אינטערסאנט.
און ווי שרעקעדיג איז טאקע צו זעהן ווי יעדע סעקונדע צוויי שטארבט איינער.....
אודאי לאמיר אויך ענדיגן מיט א גוטע זאך, ס'איז דא אסאך מער ניי געבוירענע ווי פארקערט. נאר אויף שמחות ביי אידישע קינדער.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 24, 2008 10:54 am
דורך פיקח
WOW
סאיז דאך מורא'דיג!!!!!!
ווי דער ליפא קומט אלס אהן, ממש נישט צום גלייבן.
שכוח
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 24, 2008 11:58 am
דורך זיידעניו
אילו דברים שאין להם שיעור געחאלעשט אזויפיל מענטשן שטראבן יעצט איך האלט דא באלד ביי צוויי הינדרעט אין רוב דערפין זענען מסתם סיניער סיטיסענס זיי זענען דאך די מערסטע אויסגעשטעלט צו שטארבן
בעניוועי ליפא שעכויעך פארן מקנה זיין מיט אזא זיינע גייזזער
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 11, 2008 10:26 am
דורך הערשעל
מ'רעדט דא פון וויפיל שטארבן און וויפיל ווערן געבוירן אין די זעלבע צייט, האב איך ערגעץ וואו געלייענט א אינטערעסאנטע שאלה: זענען דא יעצט אויף דער וועלט מער לעבעדיגע ווי אלע טויטע מענטשן וואס ליגן אין דר'ערד זייט בריאת העולם?
דער ענטעפר דארט איז געווען אז די לעבעדיגע זענען בערך 75 פערסענט ווי אלע טויטע זייט ששת ימי בראשית (אוי, נישט לויט ווי אונז רעכענען, נאר לויט זייער ביליאנען טריליאנען יארן וואס זיי האבן אן א שיעור).
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 11, 2008 10:30 am
דורך מיללער
הערשעל האט געשריבן:מ'רעדט דא פון וויפיל שטארבן און וויפיל ווערן געבוירן אין די זעלבע צייט, האב איך ערגעץ וואו געלייענט א אינטערעסאנטע שאלה: זענען דא יעצט אויף דער וועלט מער לעבעדיגע ווי אלע טויטע מענטשן וואס ליגן אין דר'ערד זייט בריאת העולם?
דער ענטעפר דארט איז געווען אז די לעבעדיגע זענען בערך 75 פערסענט ווי אלע טויטע זייט ששת ימי בראשית (אוי, נישט לויט ווי אונז רעכענען, נאר לויט זייער ביליאנען טריליאנען יארן וואס זיי האבן אן א שיעור).
ס'הייסט אז אפי' לויט זייער פאלשע רעכענונגען זענען די לעבעדיגע 75 % פון די טויטע, פלאי פלאים.
עס איז באקאנט איינע פון די תירוצים פארוואס אידן ווערן נישט בטל ברוב צווישן אזויפיל גוים, אז מ'איז מצרף אלע דורות הקודמים קעגן די לעבעדיגע גוים ממילא זענען מיר רוב, איך מיין אז דער סטאטיסטיק איז שדא ביה נרגא אינעם תירוץ.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 11, 2008 10:42 am
דורך הערשעל
ערגעץ אויף היידפארק האב איך געברענגט א לינק צו א וועבסייט וואס פון דארט האב איך עס גענומען. איך דארף נאכקוקן.