בלאט 1 פון 1

'מאסקיטא' א מאשין

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2008 2:48 pm
דורך thefact
http://www.yiddishworld.com/index.php?o ... ew=article

Tuesday, 12 February 2008

'מאסקיטא' פארלעצט ציווילע רעכטן פון יוגענטליכע, זאגן גרופעס

א מאשין וועלכער איז אויסגעפונען געווארן און ווערט גענוצט אין ענגלאנד קעגן יוגענטליכע וועלכע פארזאמלען זיך אין די גאסן און שאפן אן פראבלעמען איז פארדאמט געווארן דורך עטליכע יוגנט רעכטן גרופעס וועלכע זאגן אז דער מאשין טוט פארלעצן די ציווילע רעכטן פון די יוגענטליכע.

דער מאשין, וועלכע האט געקריגן דעם צונאמען 'די מאסקיטא', טוט ארויסגעבן זייער הויכע טענער וועלכע שטערן פאר די אויערן פון די יוגענטליכע. ווי די מעדעצינישע עקספערטן זאגן האבן מענטשן ביז די צוואנציג יאר א געוויסע פעאיגקייט צו הערן טענער וואס עלטערע מענטשן טוען נישט הערן.

דער מאשין טוט אויסנוצן אט די טענער צו שאפן אומבאקוועמליכקייט פאר די יונגע אויערן, און טוט פארמיידן צוזאמקומען פון יוגענטליכע ליידיגגייער וועלכע ווערט אין די ענדע פארוואנדלט אין פראבלעמען און אקטן וועלכע זענען נישט געזעצליך.

די גרופעס זאגן אז זיי האבן גערעדט צו צענדליגע יוגענטליכע וועלכע האבן זיך אפגערעדט און האבן געזאגט אז זיי זענען געטראפן געווארן פונעם 'מאסקיטא'. לויט זייער קלאגע טוט דער מאשין פארלעצן זייערע געזעצן און טוט שאפן אן אומגעזעצליכער אונטערשיד פון יונג און אלט.

ארום 3,500 אזעלכע מאשינען ווערן גענוצט דורך די רעגירונג איבער ענגלאנד צו פארמיידן פארזאמלונגען פון יוגענטליכע אין עפנטליכע פלעצער אזויווי פארקן און געשעפטן.

"די מאשינען טוען נישט מאכן קיין דיפערענץ צווישן די וואס דארפן אויסשטיין אירע גערוישן און טוט אטאקירן אלע צוגלייך, אריינגערעכנט קליינע קינדער, אפגעזעהן צו זיי פירן זיך אויף ווי געברויכט אדער נישט," האט געזאגט א ווארטזאגער פון איינע פון די גרופעס וועלכע טוען זיך קעגנשטעלן צום באנוץ פון דער מאשין.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2008 2:51 pm
דורך 3x0
אמאל איז געווען א רעדע פאר אזא סארט רינגער אויף סעלפאונ'ס, אין יענע צייט האט מען גערעדט דערפון אין קרעטשמע.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2008 2:53 pm
דורך יאנאש
געווען באריכטעט אין קרעטשמע ביים ארויסקומען, מיר זוכן איצט דעם אשכול.

יישר כח די פאקט פארן ברענגן די אינטערסאנטע נייעס.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2008 2:55 pm
דורך thefact
בילד

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 11:46 pm
דורך salads
כ'מיין אז ס'וואלט געווען אסאך אינטערעסאנטער, ווען ס'וואלט טאקע יא ארויס געקומען א טעכנאלאגישער מאשין קעגן מאסקיטא'ס אין פליגן, ווי קעגן אפאר זארגלאזע יוגענטליכע.