היימישע אידן אין קאמפיוטער סעקיוריטי

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

היימישע אידן אין קאמפיוטער סעקיוריטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

עס איז מיר געווען אינטרעסאנט צו טרעפן א היימישן פנים ביי די גוגל vulnerability reward program, אבער ממש מיטן הוט און רעקל אזוי, דאס איז שוין העכסט אינטרעסאנט!

שטעלט זיך ארויס אז דער איז א גורער חסיד פון בני ברק וואס פארשטייט צו די מלאכה, ער האט שוין געטראפן און באריכטעט פילע באגס און אנדערע vulnerabilities צו פארשידענע קאמפעניס. איינע פון זיינע גרויסע טרעפונגען איז געווען א פעיסבוק באג, דא זעהט אויס ווי ער האט געטראפן עפעס ביי Uber און Slack, שפעטער ביי מייקראסאפט האב איך אים אויך געטראפן. בקיצור א פיינעם סעקיוריטי ריסוירטשער.

דא איר א אינטערוויו מיט דעם יונגערמאן, ער איז פריש און מונטער. אז ער האט זיך דאס געקענט אלעס לערנען, פון ענגליש (ער האט גראדע א פיינעם ענגליש) ביז העקן, קען דאך יעדער, ניין?

ווייסט איר פון נאך היימישע אידן וואס ארבעטן אין דעם פעלד?
אטעטשמענטס
ישראל גורט.png
ישראל גורט.png (55.68 KiB) געזען 5216 מאל
לעצט פארראכטן דורך אל תדאג אום זונטאג יוני 04, 2017 9:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

יישר כח
זייער אינטערעסאנט דיין PDF
אויב נאך א איבער א האלבע יאר איז ער נאך נאומבער 48 איז א סימן אז כאטש איינס איז געווען א ערענסטע באג
תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורה לערנער »

scary how can i scan my computer DoublePulsar??
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

ס'כאפט א פחד דאס צו ליינען ווי שווער עס איז זיך צו באווארענען פון אזעלכע זאכן, און איינמאל מ'האט שוין יא א סאלושען וועלן די העקער'ס טרעפן א פרישע וועג וויאזוי אויסצושפילן דעם סיסטעם.

אגב דער גולן-בן אוני (זיי שרייבן זיין נאמען בן אוני, נישט בן-עמי) זעהט אויס ווי א בחור מיט ביינער וואס קען די מלאכה ווי עס דארף צו זיין, און אז ער שווערט זיך נקמה אין די חברה האט ער עפעס א פלאן...

זיי באטיטלען אים גאר אלץ א "האסידיק דזשו"...
---
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בשבילי נברא האט געשריבן:זיי באטיטלען אים גאר אלץ א "האסידיק דזשו"...

ער איז א חב"ד'סקער. א געהעריגער היימישער איד:
אטעטשמענטס
BN-HZ775_0421_C_G_20150421110024.jpg
BN-HZ775_0421_C_G_20150421110024.jpg (38.8 KiB) געזען 4879 מאל
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע”