בלאט 1 פון 1

אזנים לכותל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 9:46 pm
דורך thefact
די עף בי איי האט אנגעהויבן נוצן א נייע טעכנעלאגיע אין קרימענאלע קעיסעס

זיי צינדן אן רעמאוטלי - דורך דזשי פי עס - די מייק פון די סעלפאן פון וועם זיי קוקן נאך, און זיי הערן זיך אונטער די שמועסן וואס ווערן גערעדט אין די אומגעגנט פון די סעלפאן,
די טעכענעלאגיע וואס ווערט אנגערופן "ראווינג באג" קען באגן א סעלפאן אפילו ווען דער מענטש האט אראפ געלייגט דעם טעלעפן, מ'קען אינסטאלן רעמאוטלי אזא סאפטווער וואס צינדט אן די מייק אן די וויסן פונעם בעל הבית (מאנכע זאגן אפילו ווען דער טעלעפאן איז אויס געלאשן, אזוי לאנג ווי די בעטערי איז אריינגעלייגט)

http://www.news.com/2100-1029_3-6140191.html

אוזן שומעת!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 11:07 pm
דורך קרעמער
WOW

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 28, 2007 12:00 am
דורך zamel
where can I get access to such a program

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 28, 2007 2:19 am
דורך מאשקע
איין מינוט, זעמל... מ'שיקט דיר עס שוין...

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 28, 2007 9:23 am
דורך zamel
ווי זאל איך ווארטן

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 29, 2007 8:34 pm
דורך קרעמער
אויף די נייעס הערט מען יעצט א פרישע פלאן פון די FBI, ארויסצושטעלן ריזיגע ביל-באורדס אויף די הייוועיס און גאסן מיט בילדער פון די מערסט געזוכטע פארברעכער, זיי זאגן אז דאס וועט שטארק איינצוימען די באוועגונג פון די מערדער און ערנסטע פארלעצער.

די בילבאורדס וועלן זיין דיגיטאליש, און וועלן קענען געטוישט ווערן צו מעלדן וויכטיגע זיכערהייט מעלדונגן, עימבער אלערטס און לייסענס פלעיטס פון געזוכטע קארן וכדומה.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2007 10:54 am
דורך שוועמל
FBI האט זיך אריינגעלאזט אין אינערליכע פאליצייאישע געיעגן? זייט ווען?

גייטס כאפן בין לאדין, שמויגערס וואס זיי זיינען

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2007 2:15 pm
דורך קרעמער
שוועמל;

אין וועלכן לאנד ביסטו געבוירן?

FBI איז אלעמאל געווען די אינערליכע שפיאנאזש אגענטור, בעת CIA איז געווען פאר די חוץ ל'אמעריקע ענינים.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2007 5:29 pm
דורך איך_הער
סאו, פון היינט און ווייטער, ווען איך וויל עפעס רעדן, מוזעך ארויס נעמען די בעטערי פון די סעלפאון?

כ'האב א בעסערע עצה, מקיים צו זיין דעם סיג לחכמה.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2007 6:22 pm
דורך לאקשען ברעט
א באנדע משוגעים די FBI עס ווערט שוין באלד אזוי ווי די קאמאניסטישע רוסלאנד

אויב זיי הערען נישט אויף באצייטענס מייניך עט מען ווארפען פאשקעווילען אויף זיי
באנדיטען וואס זיי זענען

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2007 7:51 pm
דורך zamel
I think that the roshakohel should take care of this its to much for us to handle this ..... (i think) :lol: :lol:

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2007 9:41 pm
דורך שוועמל
קרעמער;
גערעכט איך ווייס דאס אבער דאך האב איך געמוזט עפעס אריינווארפן..

לאקשן;
גיימיר מופן קיין קאנעדע, דארט וואו די BFI האט נאכנישט אויסגעשפרייט זייערע לאפעס.

איך הער;
מרומי סהדי! קענסט רואיג רעדן אויפן סעלפאון אדער ארום. דו ביסט 'נישט' קיין טרעד פאר זיי. קיינער קוקט דיך נישט נאך.
חוצמזה, זיי ווייסן אלעס איבער דיר, זיי ווייסן דיין פונקטליכע פאזיציע.. דיין טעגליכע רייזע מיט ר' היטשע ראט'ן ... און נאך פולע באדייטנדע אינפארמאציע וואס דו האסט דיך אליינס פאררעדט.. יו אר אנדער קרעטשמע סורוועילענס.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2007 11:13 am
דורך thefact
ווי אזוי קען איך וויסן אויב מיין טעלעפאן איז געבאגט
http://lauren.vortex.com/archive/000202.html

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2007 3:26 pm
דורך zamel
אפשר ביסטו מסביר אין אידיש

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2007 7:14 pm
דורך thefact
zamel האט געשריבן:אפשר ביסטו מסביר אין אידיש
איך בין דיך מכבד עס איבערצוטייפן...

בקיצור נמרץ:
אויב די בעטערי גייט אויס שנעל ווען מ'רעדט נישט אויפן טעלעפאן
ביי GSM איז דא צוויי מינע קראצערייען איין מין ווען מ'באקומט א וואויסמעיל אדער טעקסט אדער אינקאמינג קאל און איינס בשעת ווען מ'רעדט אויפן טעלעפאן אויב מ'הערט די לעצטע קראצערייען פון דערנעבנדיגע ספיקערס ווען מ'רעדט נישט אויפן טעלעפאן
אויב ס'ווערט הייס ווען מ'רעדט נישט אויפן טעלעפאן (איר האט אוודאי באמערקט אז ווען מ'נוצט דעם סעלפאן ווערט עס ווארעם )

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 11:57 pm
דורך salads
די וועלט זאגט:
אמעריקא, אין דער רוס שטייען אייניג, זיי האבן די זעלבע פאליסי.. די חילוק איז נאר די מיטל.

רוסלאנד זאגט: אלעס איז מיינס, האלב גיב איך דיר צוריק.

אמעריקע זאגט:אלעס איז דיינס, האלב גיב מיר נאר אהער.