בעטערי טעכנעלאגיע נייעס

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

בעטערי טעכנעלאגיע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

א קאמפאני אין מדינת ישראל זאגט אז ביז סוף יאר וועט שוין זיין צו באקומען אין די געשעפטן זייער נייע סארט בעטערי, וואס וועט נעמען צו טשארדזשען ......... א גאנצע ............. מינוט!!

אין די תל אביב יוניווערסיטעט שטודירט מען איבער א היילונג פאר אלצהיימערס ל"ע ול"ע. און ביי די שטודיעס זענען זיי אויפגעקומען בדרך אגב, מיט א געוויסע סארט מאלעקיול וואס קען גוט און שנעל "איינזאפען" לעקטער, און עס גוט "האלטן". זיי ווילען נוצן די טעכנעלאגיע פאר א רפואה, אבער באופן אגב, איז זיי איינגעפאלן עס צו פראובירן פאר בעטעריס!!

א קאמפאני "סטאר-דאט" (StoreDot) האט עס דיוועלעפט, און זאגן אז די פארשנעלערטע מעגליכקייט פאר "איינזאפן" און "האלטן" עלעקטעריק, האט זיי געגעבן די מעגליכקייט צו ערצייגן א בעטערי וואס מען וועט קענען טשארדזשען אין סעקונדן!

די בעטערי וועט זיין א דריטעל שוואכער ווי די היינטיגע בעטעריס דאס הייסט מען וועט עס דארפן מיט א דריטעל שנעלער ריטשארדזשען, אבער עס וועט נעמן איין מינוט! אין סייז וועט עס זיין די זעלבע ווי די היינטיגע בעטעריס.

בעצם איז עס גוט פאר יעדע טעלעפאון, אבער עס ברויך זיין געמאכט געוויסע טוישונגען אין די טעלעפאון אליין, בנוסף צו א ספעציעלע טשארדזשער וואס וועט "אריינשיסן" א שטערקערע מאס עלעקטעריק אין א קורצע צייט. סך הכל רעדט מען פון א קאסט פון בערך 50 דאלער. און זיי זענען שוין אין געשפרעכען מיט 10-15 קאמפאניס צו ערצייגן די טעלעפאוינען, און האפן צו קענען מעלדען שוין סוף דאס יאר איבער איין צוויי קאמפאניס וואס וועלן עס האבן פאר יאר 16'.

די קאמפאני זאגט נאך מער, אז מיט די נייע טעכנעלאגיע, קענען זיי באווייזען א קאר בעטערי וואס וועט טשארדזשען אין 5 מינוט!! זיי ברויכען נאר מער פאנדינג, צו קענען ערצייגען א "פראטא-טייפ".
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מאנטאג פעברואר 23, 2015 4:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

געוואלדיגע דורכברוך און אינטערעסאנטע נייעס
ש'כח פאר דיינע באריכטן יעצט און אלעמאל

די קאמפאני http://www.store-dot.com/?
אלטן = האלטן?
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

בנימין הלוי האט געשריבן:געוואלדיגע דורכברוך און אינטערעסאנטע נייעס
ש'כח פאר דיינע באריכטן יעצט און אלעמאל

די קאמפאני http://www.store-dot.com/?
אלטן = האלטן?

האלטן, גיימער פארעכטן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

געקלערט אז ווייל עס קומט פון איזראעל שרייבסטו האלטן און צוגאב אז ס'איז שוין די 12טע חודש
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

בנימין הלוי האט געשריבן:געקלערט אז ווייל עס קומט פון איזראעל שרייבסטו האלטן און צוגאב אז ס'איז שוין די 12טע חודש

:wink:
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

פיינע נייעס! פטור מיט די אלע פארטעבל דזארדזערס וואס דרייען זיך אינטער די פיס
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ס'גייט ווייטער זיין א חורבן. יעדע פאר שעה שטיין פאר צוויי מינוט ביים טשארדזשן איז ביטער ס'גייט זיין ליינס מיט טיקעט נומבערס
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

חחחח געלעגער
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע”