קאמפיוטער סעקיוריטי נייעס

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 5:08 pm

יאהו זאגט יעצט אז אלע אקאונטס פון 2013 זענען געהעקט געווארן.....

מקור
איזי

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3728
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 7:56 am

א פרישע ווירוס, גערופן Bad Raddit, א פרישע ווערסיע פון נאט פעטיע האט נעכטן אינפעקטירט רוסלאנד און אוקראינע.

אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט איבער א שפיטאל נעץ אין די קארעליינעס וואס איז געווארן אפעקטירט פון א פרישע ווערסיע פון די וויל-וויינען
...

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 9:08 pm

מייקראסאפט האט מחליט געווען אז זיי גייען זיך נישט פארלאזען אז מענטשען זאלען אויסלעשען SMB 1.0 אפילו נאך וואונע קריי, און ווינדאוס 10 פאל קריעטערס אופדעיט האבען זיין צוגעלייגט און אנגעצינדען א נייע פיטשער
Untitled.png
Untitled.png (5.38 KiB) געזעהן 3074 מאל

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 9:15 pm

זיי האבן אויך צוגעלייגט א נייע אפשען אין ווינדאוס דיפענדער צו האבן א סעקיור פאלדער וואס קיין שום פראגראם קען נישט טאטשען נאר אויב מ'געט רשות וועט אפהיטן וויכטיגע פיילס פון ווערן ענקריפטיד אויב מ'ווערט אטאקירט.
40c50c273d49e89f73ca6a562e536ed8.png
40c50c273d49e89f73ca6a562e536ed8.png (28.26 KiB) געזעהן 3071 מאל
איזי

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 9:30 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:מייקראסאפט האט מחליט געווען אז זיי גייען זיך נישט פארלאזען אז מענטשען זאלען אויסלעשען SMB 1.0 אפילו נאך וואונע קריי, און ווינדאוס 10 פאל קריעטערס אופדעיט האבען זיין צוגעלייגט און אנגעצינדען א נייע פיטשער
Untitled.png

יאפ גאר פיין.
טראבל מעיקער האט געשריבן:זיי האבן אויך צוגעלייגט א נייע אפשען אין ווינדאוס דיפענדער צו האבן א סעקיור פאלדער וואס קיין שום פראגראם קען נישט טאטשען נאר אויב מ'געט רשות וועט אפהיטן וויכטיגע פיילס פון ווערן ענקריפטיד אויב מ'ווערט אטאקירט.

דאס איז פיין און לויט טעסטס ארבעט עס גאר גוט. דער חורבן איז נאר אז עס ארבעט נאר ווען דער מייקראסאפט דיפענדער איז דער אנטי וויירוס אנגעצינדן! אויב וויל מען נוצן א אנדערע (בעסערע...) אנטי וויירוס וועט דאס נישט ארבעטן.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 8:12 am

דער דעוועלאפער און פירער פון דער 'בריקער-באט' פראיעקט, איינער וואס גייט ביים ניק Janit0r, האט געמאלדן דער ריטייערמענט פון זיין פראיעקט.

בריקער באט איז א וויירוס-לייק באשעפעניש וואס סקענט דער אינטערנעט פאר וואלנערעיבל כלים (בעיקר IoT דעווייסעס) און ער פרובירט זיי צו בריקן, צומאל צו זייער אייביגע רוה....

כאטש אוודאי קאנטערווערסיאל און נישט עקסעפטעד ביי קיין שום נארמאלע אפעציעלער מענטש, טענה'ט ער אז ער מיינט עס פאר די גאאד. ער רופט עס גאר 'אינטערנעט קימאוטעראפי'... נעמליך אז ער איז דא 1) צו ברענגען עווערנעס פאר דער שוידערליכע מצב פון סעקיורעטי איבערן אינטערנעט און בעיקר ביי די IoT דעווייסעס. 2) פשוט צו פארלויפן די וועג פאר עכטע שקצים וואס פארכאפן אזאנע כלים און נוצן עס פאר קרימינאלע זאכן ווי למשל באטס (hence דער נאמען בריקער-באט), איינער פון די באקאנטע און שרעקעדיגסטע פון זיי איז Mirai.

עכ"פ א גוטע ציטאט פון דער יעניגער איז: YOU SHOULD WAKE UP TO THE FACT THAT THE INTERNET IS ONLY ONE OR TWO SERIOUS IOT EXPLOITS AWAY FROM BEING SEVERELY DISRUPTED! אוי ווי אמת און שרעקעדיג.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:16 am


אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך מאי 30, 2018 8:59 am

האט איר שוין ריסטארטעד אייער ראוטער?

דער פעדעראלער ביורא פון אויספארשונגען (אויך באקאנט אלץ דער FBI) האט אין א זעלטענע מעלדונג פארן פאלק (https://www.ic3.gov/media/2018/180525.aspx) געבעטן יעדער זאל ריסטארטן דער אינטערנעט ראוטער זיינער.

דער אישו דא איז א וויירוס אויף ראוטערס וואס איז אנגעבליך פארשפרייט געווארן דורך דער 'פענסי בער' סייבער העקער גרופע (אויך באקאנט אלץ APT 28), א גרופע וועלכע איז שוין אסאך מאל געטרעיסט געווארן צו זיין - אדער לכה"פ האבן גאר נאנטע שייכות מיט - דער רוסישער מיליטערישע אינטעלעדזענס, דער GRU. (אין דער איצטיגער פאל איז אויך אוקראינע דער מערסט באטראפענער לאנד, כאטש עס איז דא איבעראל, וואס ווייזט ווידער אז עס איז זיי.)

דער וויירוס, א נאמען געגעבן VPNFilter, איז אנדעקט געווארן דורך דער Talos סעקיורעטי און טרעט ריסערטשער דיוויזיע פון Cisco. עס איז גאר א סאפיסטיקירטער וויירוס מיט עטליכע שטאפלען און גאר אסאך פונקציעס.

קודם כאפט זיך עס אריין דורך געוויסע שוואכקייטן אינעם ראוטער (נישט באוואוסט עכט וויאזוי זיי זענען אריינגעקומען, אבער דאס האבן רימאוט מענעדזשמענט אינטערפעיס עקספאוזט צום אינטערנעט, זיכער אויב אויב נישט מיט א גאר שטארקע פעסווארד, איז זיכער א שטארקע שוואכקייט) און דער ערשטער שטאפל לייגט ער זיך אריין ערגעץ אינעם ראוטער וואו ער וועט סורווייוון א דעווייס ריבאט (ווארט ווארט... באלד וועט מען אויסשמועסן וואס א ריבאט העלפט אויב אזוי...), און ער קאננעקט זיך מיט זיין קאממענד און קאנטראל סערווער וואס גיבט אים ווייטערע אנווייזונגען און פיילס וואס ער דארף צו אינפעקטירן דער ראוטער מער. די שפעטערע שטאפלען פונעם וויירוס קען אויסהערן אלע טרעפיק וואס פארט אריבער, אריינלייגן זאכן אין די טרעפיק וואס מען באקומט, און ער האט אויך א מעגליכקייט צו ווייפן דער ראוטער אויב אזוי באפוילן.

דער ערשטער שטאפל פונעם וויירוס - ווי געזאגט - סורווייווט א ריבאט און דערפאר איז דער איינציגסטער וועג צו עס אינגאנצן קלינען עכט דורך א פולער פעקטארי ריסעט אויפן ראוטער (עפעס וואס איז שווער צו טון זינט עס פארלירט דאן אלע סעטטינגס.)

עכ"פ נחזור לעניין פון ריבאטן.

דער FBI האט מצליח געווען צו פארכאפן דער דאומעין וואס האט געדינט אלץ דער ערשטער שטאפל קאממענד און קאנטראל סערווער פארן וויירוס! אבער זיי קענען נישט טון דערמיט אסאך ווייל דער איינציגסטער שטאפל וואס דאס ווערט גענוצט איז פארן ערשטער שטאפל, נאכן ווערן אינפעקטירט אדער נאך א ריסטארט, צו געבן פארן ראוטער די ווייטערדיגע אנווייזונגען און עכטע וויירוס.

דערפאר זאגן זיי פאר יעדן (מען ווייסט דאך נישט ווער עס איז אלץ אינפעקטירט) צו ריסטארטן דער ראוטער, אזוי ארום וועלן די שפעטערע שטאפלען פונעם וויירוס ווערן פארמעקט, און דאן וועט זיך דער ערשטער שטאפל צוריק קאננעקטן צו דער דאומעין וואס זיי האבן פארכאפט און זיי וועלן 1) אוודאי נישט שיקן דער ווירוס, סאו דער ראוטער וועט אין-עי-סערטען-סענס זיין קלין 2) קענען זען דער עכטער סקאופ פונעם אטאקע און וועלכע מאדעלן דעווייסעס זענען אפעקטירט 3) אפשר אין די ענד קענען מעלדן פאר די אינפעקטירטע - למשל דורך'ן ISP - אז זיי זענען אינפעקטירט און זיי זאלן מאכן פעקטארי ריסעט.

סאו. יעדער איינער זאל ריסטארטן דער אינטערנעט ראוטער! (ווען ער האט א מינוט צוויי וואס ער קען בלייבן אן אינטערנעט.)

ריפארטינג טו יו לייוו פראם די ק.נ.א. סייבער-קריים סיטואציע צימער, איי עם יור האוסט קנאפער ידען....
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

איך בין א יואלי
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 3:36 pm

תגובהדורך איך בין א יואלי » מיטוואך מאי 30, 2018 10:30 am

וויאזוי ריסטארט מען? אז איך פלאג אויס די קעיבל איז גענוג?

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4183
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך מאי 30, 2018 11:30 am

כ'גלייב אז ס'דא גענוג מענטשן דאהי וואס וועלן ענדערש האבן די רוסן ווי די עף בי איי אינעם ראוטער..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך מאי 30, 2018 12:31 pm

איך בין א יואלי האט געשריבן:וויאזוי ריסטארט מען? אז איך פלאג אויס די קעיבל איז גענוג?

נישט דער אינטערנעט קעיבל, דער פאוער קעיבל.
ווישוואש האט געשריבן:כ'גלייב אז ס'דא גענוג מענטשן דאהי וואס וועלן ענדערש האבן די רוסן ווי די עף בי איי אינעם ראוטער..

יע יע...
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

תגובהדורך Surface » מיטוואך מאי 30, 2018 4:07 pm

יישר כח קנאפער פאר די וויכטיגע אלערט און געשמאקע באריכט.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 11:54 am

מען האט געטראפען אויף סערווער מאודערבאורדס פון סופערמייקראו (פון די גרעסטע קאמפעניס פאר דעם) געמאכט אין טשיינע א פיצי טשיפ בערך די סייז פון א רייז קערל
זייער מאודערבאורדס ווערען געניצט ביי עמעזאון עפל CIA און ווער נישט
0.gif
0.gif (428.98 KiB) געזעהן 630 מאל

און דא א פיקטשער פון אראפגענומען אסאך קאומפאנענטס אז מען זאל קענען בעסער זעהן ארומגענומען מיט די שווארצע באקס (מען דארף גאר שטארק גרויס מאכען די פיקטשער עס צו קענען זעהן
3.gif
3.gif (355.66 KiB) געזעהן 630 מאל

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 11:56 am

ס'איז א שאלה פון חמץ?

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 1:09 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:ס'איז א שאלה פון חמץ?

ניין, סאיז א שאלה אויב א "עכבר" האט גענומען עפעס.
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 1:15 pm

גרויס.PNG
גרויס.PNG (128.05 KiB) געזעהן 590 מאל

שכח עקספערט, פאר די נייעס.
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3728
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 1:21 pm

עמעזאן און עפל האבן קאטעגאריש געלייקנט די טייל פון די געשיכטע, וואס לויטעט אז זיי האבן זיך אפגעלאזט פון סופערמייקראו צוליב די געפינס

https://www.bloomberg.com/news/articles ... ng-respond
...

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 5:47 pm

New Evidence of Hacked Supermicro Hardware Found in U.S. Telecom

Bloomberg
https://www.bloomberg.com/news/articles ... -s-telecom
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט