קאמפיוטער סעקיוריטי נייעס

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

ווי לאנג מענטשען וועלען אנקוקען פעסווערדס אלס א שטער און סתם א שוועריקייט וועט עס אזוי אויסזעהן
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31187
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

משנה מקום האט געשריבן:ווי לאנג מענטשען וועלען אנקוקען פעסווערדס אלס א שטער און סתם א שוועריקייט וועט עס אזוי אויסזעהן

אבער שפעטער וויינט מען צו דיר... וכן צו אנטי וויירוס און נישט צו דאונלאודן סיי וואס.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31187
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מייקראסאפט איז ווייזט אויס נישט געווען גענוג פאר גוגל... זיי ווילן עס נעמען אלל דע וועי!

דאס מאל איז עס עפל. גוגלס פראדזשעקט זיראו האט ארויסגעגעבן דריי זיראו דעי וואלנערעביליטיס אין דער מעק OS, אלע דריי פון זיי דערווייל אומגעפיקסט. דאס איז נאך 90 וואס זיי האבן געהאט געווארענט עפל דערוועגן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

קנאפער ידען האט געשריבן:מייקראסאפט איז ווייזט אויס נישט געווען גענוג פאר גוגל... זיי ווילן עס נעמען אלל דע וועי!

זיי גייען פיקסען די גאנצע וועלט חוץ זיך
די חילוק איז אז עפעל קען עס איגנארען איך מיין אז זיי האבען שוין אזוי געטון א פאר מאל
מייקראסאפט קען זיך עס נישט ערלויבען ווייל זיי האבען שוין א שלעכטע פנים אזוי אויך
אבער אז זיי קומען עניוועיס אינערגעץ נישט אן מיט זיי ווייל זיי גייען קאפ אין וואנט אריין וואלטען זיי אפשר ארויס מער בכבודיג אויב זיי וואלטען זיך בכלל נישט וויסינדיג געמאכט
וואס גייען די אלע וואס האבען געשריגען גרויסע קאמפעני ניינציג טעג איז איבערגענוג וכו' וכו' יעצט זאגען?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31187
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

משנה מקום האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:מייקראסאפט איז ווייזט אויס נישט געווען גענוג פאר גוגל... זיי ווילן עס נעמען אלל דע וועי!

דאס מאל איז עס עפל. גוגלס פראדזשעקט זיראו האט ארויסגעגעבן דריי זיראו דעי וואלנערעביליטיס אין דער מעק OS, אלע דריי פון זיי דערווייל אומגעפיקסט. דאס איז נאך 90 וואס זיי האבן געהאט געווארענט עפל דערוועגן.

זיי גייען פיקסען די גאנצע וועלט חוץ זיך
די חילוק איז אז עפעל קען עס איגנארען איך מיין אז זיי האבען שוין אזוי געטון א פאר מאל

וואס מיינסטו איגנארירן? נישט פעטשן אדער נישט קאמענטירן?

אויב די צווייטע איז עס אן אפעציעלער פאלעסי פון עפל, ווי זייער פראדוקט סעקיורעטי פעידזש זאגט: For the protection of our customers, Apple does not disclose, discuss or confirm security issues until a full investigation has occurred and any necessary patches or releases are available.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

חחח יעצט ליינעדיג אביסעל זעה איך אז גוגל האט יעצט געפעטשט א באנטש באגס אין קראום וואס פין דעי זענען שוין באווואוסט מער ווי ניינציג טעג
וואס קראום איז מיליונען מאל ווייניגער קאמפליקעטעד ווי ווינדאוס
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

קנאפער ידען האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:מייקראסאפט איז ווייזט אויס נישט געווען גענוג פאר גוגל... זיי ווילן עס נעמען אלל דע וועי!

דאס מאל איז עס עפל. גוגלס פראדזשעקט זיראו האט ארויסגעגעבן דריי זיראו דעי וואלנערעביליטיס אין דער מעק OS, אלע דריי פון זיי דערווייל אומגעפיקסט. דאס איז נאך 90 וואס זיי האבן געהאט געווארענט עפל דערוועגן.

זיי גייען פיקסען די גאנצע וועלט חוץ זיך
די חילוק איז אז עפעל קען עס איגנארען איך מיין אז זיי האבען שוין אזוי געטון א פאר מאל

וואס מיינסטו איגנארירן? נישט פעטשן אדער נישט קאמענטירן?

אויב די צווייטע איז עס אן אפעציעלער פאלעסי פון עפל, ווי זייער פראדוקט סעקיורעטי פעידזש זאגט: For the protection of our customers, Apple does not disclose, discuss or confirm security issues until a full investigation has occurred and any necessary patches or releases are available.

דאס רעט מען דאך זאל מייקראסאפט אויך מאכען אזא פאליסי
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31187
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

משנה מקום האט געשריבן:דאס רעט מען דאך זאל מייקראסאפט אויך מאכען אזא פאליסי

נע, דער סודות'פולער צוגאנג צו אלעס האט שוין לאנג א טרעידמארק פון עפל :lol:
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

איז יעצט אז יעדער האט איינגעזעהן אז פאר אלע גרויסע קאמפעניס איז שווער צו פיקסען אין ניינציג טעג וואס גוגל איז נאכאריינגעקומען די ערגסטע ווייל זיי האבען נאר געדארפט פיקסען א טוי עפעל אין מייקראסאפט איז אפערעיטינג סיסטעמס און חוץ דעם גוגל פיקסט נישט ענדרויד ווערזשענס וואס זענען נישט אזוי אלט
איז אפשר צייט אז זיי זאלען אויפהערען טראגען דאגות מיט יענעם אדער עכ"פ טוישען זייער פאליסי
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

איך זעה נישט די פראבלעם דערין, גוגול טוט עס טאקע פאר שלעכטיגקייט, אבער סוסכ"ס האבן אונז הנאה אז זיי טרעפן די לעכער. זאל ביל געיטס שוויצן, העט נישט אויסמאכן...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31187
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ענדע צדיק! האט געשריבן:איך זעה נישט די פראבלעם דערין, גוגול טוט עס טאקע פאר שלעכטיגקייט, אבער סוסכ"ס האבן אונז הנאה אז זיי טרעפן די לעכער. זאל ביל געיטס שוויצן, העט נישט אויסמאכן...

אז זיי טרעפן איז זיכער גוט, אבער דאס אז זיי געבן עס ארויס מיט פולער דעטאל קען מאכן אז ווילאנג עס ווערט נישט געפיקסט זאלן אונז די קאסטומערס [אויכעט] ליידן, ווייל די שווארצע וועלן עס שוין קענען נוצן פאר זייערע צוועקן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31187
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

לענאווע: מיר סטאפן אריינצולייגן עדווער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

איך ווייס נישט צו נאך איינער האט עס שוין געהאט, אבער איך האב מיר מער ווי איין מאל געמוטשעט דערמיט. דאס איז געווען אז נאכן אינסטאלירן דער K9 פילטער אויף א נייע לענאווע קאמפיוטער האט מען כמעט צו גארנישט געקענט אריינגיין, און זיי זענען געווען ביזי שרייען אז יעדע וועבזייטל איז געבלאקט וועגן Superfish און עס איז אין קאטעגאריע מאלווער/ספייווער [סופערפיש איז א באקאנטע עדווער סערוויס וואס קוקט אלעס וואס מ'טוט אויפן אינטערנעט און שרייט אויס עדס אין געוויסע וועבזייטלעך און סתם אזוי]. איך פלעג מיר שרעקליך מוטשענען צו ארויסרייסן דער שגץ פון די קאמפיוטערס, און דאס איז אלעס געווען פרי-אינסטאלד שקצים [נישט נארמאל פון אזא גרויסע קאמפיוטער מאניופעקטשורער! אבער זיי זענען דאך סוכ"ס א כינעזער פירמע...].

יעצט קומט אריין דער נייעס אז נאכן ווייגעשריי פון סעקיורעטי ריסערטשער און קאסטומערס, וועלכע האבן אויסגעפונען אז אחוץ ליינען די פשוט'ע טרעפיק לייגט נאך דער סופערפיש אריין בראוזער סערטיפיקאטן צו קענען ליינען סעקיורד טרעפיק! און אין תוצאה פון דעם מאכט עס אסאך גרינגער פאר העקער אדער אריינדרינגער צו זען יענע טרעפיק. האט ענדליך לענאווע אויפגעגעבן און זיי גייען סיי סטאפן דאס אריינצולייגן אין נייע קאמפיוטערס, ווי אויכעט גייען זיי ארויסשיקן א טאאל וואס וועט פארמעקן אלע טרעיסעס פון דער סופערפיש ווי נאר דער פראגראם וועט זיין געענדיגט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

איך האב געהאט פראבלעמען מיט מיין McAfee אנטי וויירוס, אנדערטהאלבן שעה האבן זיי געארבעט רימאוטלי אויף מיין קאמפיוטער ביז זיי האבן רימאווד איינע פון די פרי-אינסטאלד לענאווא סאפטוועיר, און דאן האט עס געארבעט א מחי'
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31187
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ב"ה לענאווע האט שוין ארויסגעגעבן אן אטאמאטישער טאאל וועלכער פארעכט דער פראבלעם און ווארפט ארויס אלע שיריים פון דער שגץ 'סופערפיש'. דא איז דער אטאמאטישער טאאל און אויב ווילט איר דוקא האבן זיי אנווייזונגען וויאזוי עס מעניולי צו טון: http://support.lenovo.com/us/en/product ... nstall#app

יעדער איינער וואס האט א לענאווע קאמפיוטער זאל זיין אזוי גוט און דאונלאודן דער קליינער טאאל און עס ראנען לויט די אנווייזונגען!
-------------------
ווישוואש האט געשריבן:איך האב געהאט פראבלעמען מיט מיין McAfee אנטי וויירוס, אנדערטהאלבן שעה האבן זיי געארבעט רימאוטלי אויף מיין קאמפיוטער ביז זיי האבן רימאווד איינע פון די פרי-אינסטאלד לענאווא סאפטוועיר, און דאן האט עס געארבעט א מחי'

אפילו אזוי וואלט'ך דיר געראטן צו נוצן דער טאאל, זינט דער סופערפיש האבן זיי ארויסגענומען אבער איך גלייב שווער אז זיי האבן פארמעקט די סופערפיש סעקיורעטי סערטיפיקאטן. סיי ווייל קיינער האט נישט געוואוסט אז דער שגץ פראדאצירט אזעלכע און סיי ווייל עס וואלט נישט געהויבן ברעמען ווייל עס טוט גארנישט וואס מען קען זען.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

דרך אגב האט די טשייניזע לענאווא קאמפאני געמאלדען אז זיי האבען גארנישט געוואוסט פון דעם סופערפיש..... נישטא ווער ס'זאל גלייבען.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31187
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יאפין האט געשריבן:דרך אגב האט די טשייניזע לענאווא קאמפאני געמאלדען אז זיי האבען גארנישט געוואוסט פון דעם סופערפיש..... נישטא ווער ס'זאל גלייבען.

פארוואס זאגסטו אזוי? זיי זאגן דעם אז זיי האבן נישט געוואוסט אז עס איז עדס דאס האבן זיי דאך אוודאי געוואוסט? זיי זאגן בסך הכל אז זיי האבן נישט געוואוסט אז עס איז אויכעט אזוי ווייט אז עס עסט זיך אריין צו די ראאט סעקיורעטי צו קענען דערשנאפן סעקיורד טרעפיק. איך האב אן ערענסטע נסיון זיי צו גלייבן....
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

די ווילסט איך זאל גלייבען די טשייניזע?
שוין אז די ווילסט דוקא, וועל איך דיר גלייבען.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

Done, Thank you very much
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

די כינעזער זאגן בס"ה אז זיי האבן נישט געוואוסט אז מ'גייט עס באמערקן....
...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31187
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יאפין האט געשריבן:די ווילסט איך זאל גלייבען די טשייניזע?
שוין אז די ווילסט דוקא, וועל איך דיר גלייבען.

איך גלייב זיי נישט אלץ דעם וואס זייער ווארט איז א ווארט, נאר אלץ א חזקה אין אומן מרע אומנתו.
דארפסט פארשטיין אז דאס נוצן אן אייגענער ראאט סערטיפיקעט, און נאך אזא ליצנות'דיג שוואכע, איז אזא שטארקע פארברעך פאר סעקיורעטי אז זיי וואלטן געוואוסט אז ווען מען וועט אזאנס כאפן, און עס איז נישט קיין סודות יעדער קען עס זען ביי סערטיפיקעטס, וועלן זיי זייער שטארק ליידן. איך קען נישט גלויבן אז זיי זאלן האבן אזוי שטארק איינגעשטעלט זייער פרעסטידזש.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

שששש... זאג נישט פאר קיינעם, אבער ליוויזשענט טוט דאס אויך.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31187
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בחורהזעצער האט געשריבן:שששש... זאג נישט פאר קיינעם, אבער ליוויזשענט טוט דאס אויך.

ווייסמיר דאך, ופשוט הוא. [און אז מען רעדט שוין... משומר מאכט עס פיין שטילערהייט... אבער VCF וואס נוצט אויכעט ליווינדזשענט האב איך געהאט מיט אייינעם פראבלעמען צו עקסעסן סעקיורד סייטס ווילאנג דער אנטי-וויירוס וועב שיעלד איז געווען אנגעצינדן! און דער שוטה פון א טעקנישאן ביי זייער סופפארט... - סארי אבער דאס איז דער בעסטער אויסדריק... - זאגט יענעם אז דער עצה איז אויסצולעשן דער גאנצער אנטיוויירוס...]. אבער דאס ווייסט דאך אפעציעל דער מענטש ביים אינסטאלירן א וועב פראטעקשען, משא"כ אז דער גרעסטער ווינדאוס פיסי פאברעצירער זאל דאס טון שטילערהייט איז ממש פרעצעדענטלאז!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31187
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אה, עס פאנגט זיך אן... עס איז שוין אריינגעגעבן א קלעס-עקשאן אנקלאגע אנקעגן לענאווע צום דיסטריקט קאורט פון קאליפארניע. דער אנקלאגע זאגט אז לענאווע און סופערפיש האבן געדעמעדזשט קאמפיוטער און אינוואדירט די פרייוועסי פון מענטשן דורך אינסטאלירן - וואס דער קלאגע רופט - ספייווער אויף זייערע כלים.
------
עטליכע אנטיוויירוסן, בתוכם ווינדאוס דעפענדער און מעקעפי, האבן שוין אפדעיטעד זייערע פראדוקטן צו ארויסרייסן דעם סופערפיש. ווי אויכעט האט דער אמעריקאנער דעפארטמענט אוו האומלענד סעקיורעטי געזאגט אז זיי שטופן יעדעם איינעם צו ארויסווארפן דעם סופערפיש פון זייערע קאמפיוטערס.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

וויאזוי קען איך וויסן צו איך האב סופערפיש?
כהאב א לענאווע אבער קיינמאל באמערקט א פראבלעם...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31187
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מייקראסאפט האט געשריבן:וויאזוי קען איך וויסן צו איך האב סופערפיש?
כהאב א לענאווע אבער קיינמאל באמערקט א פראבלעם...

עס איז נישט דא וואס דו זאלסט באמערקן. קען געבן א קוק צו עס איז דא א סערטיפיקעט פון סופערפיש, אדער אויב דו האסט אינסטאלירט עפעס מיטן נאמען וויזשועל סערטש אדער עפעס אזוי.
סייוויאזוי קען נישט שאטן צו נוצן דער רעמאווער, און עס איז זייער וויכטיג.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע”