דזשי. פי. עס. GPS

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ידיד כל חי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:01 am

תגובהדורך ידיד כל חי » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 11:37 pm

וועלטניק האט געשריבן:א דאנק, זייער שיין ארויסגעברענגט

צוויי זאכן, 1) וואס הייסט מען קען נישט קענסלען א ראוט? מ'קען דאך דריקן דעם X ביים האום סקרין?!
2) איבער כאפן בעסער דעם סיגנאל, כ'האב נישט קיין טאם טאםת ס'ליגט מיר נאר אין קאפ איינע פון די מעלות פון די גארמין איז אז ס'Recalculate זיך גאר שנעל און פאל מ'איז זיך 'תועה' (און די הויט ברענט) משא"כ ביי טאם טאם וואס נעמט (אדער פלעגט נעמען) יארן

ביידע איז ריכטיג.
אבער לאמיר ענטפערן,
1) עס האט א X אבער אויב האסטו אפאר ראוטעס וועט ער נישט אנהויבן ממש פון דאס ניי, משא"כ טאמטאם יא, בכלל, ביי גארמין ווען דו מאכסט א X הייבט ער אן מיט זיינע קושיות וואו דו ווילסט גיין, און דו קומסט נישט אן אזוי שנעל צו אלף, משא"כ טאמטאם, איין דריק און דו האלסט ביי אלף, קען זיין אונז מאכן מיר א טעות, אונז גייען עס דאבל טשעקן, און אויב ביזטו גערעכט, גיי מיר עס פארבעסערן מיט דיין קרעדיט.
2) עס איז אמת אז גארמין קאלקעלוט שנעלער און עס האט טאקע אזא פנים, אבער לאמיר נישט טשעפענען, דו ביזט גערעכט אז ווען מען יאגט זיך איז דאס בעסער.

ידיד כל חי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:01 am

תגובהדורך ידיד כל חי » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 11:38 pm

יוראפ האט געשריבן:אינטערסאנט בנוגע דעם סיגנאל, האמיר לעצטענס גענוצט דעם תמתם, בנוגע ריקאלקולעטן האט ער מיין איך יא גאנץ שנעל געכאפט, אבער סתם אזוי די סיגנאל האט ער פארלוירן אפאר מאל, און איין מאל האט ער גע'טענה'ט א שיין שטיק צייט אז כ'פאר אויף די גאסן נישט אויף די הייוועי

קען זיין ריכטיג, פארשטייט זיך אז עס ווענדט זיך אייביג אין די פלאץ און אין די כלי וואס דו ניצט.
לעצט פאראכטן דורך ידיד כל חי אום זונטאג אוגוסט 28, 2016 3:45 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 11:38 pm

זייער אינפארמאטיוו. דאנקע

אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

תגובהדורך חכם ממה נשתנה » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 1:40 am

מי יודע האט געשריבן:אגב, וואס איז די חילוק צווישן 'בלוטוט לייוו טיים טרעפיק און מעפס', און סתם 'לייוו טיים טרעפיק און מעפס'?


די חילוק איז אז לייו טרעפיק ענד מעפס קומט די טרעפיק פונעם סעטעלייט מה שאין כאן בלוטוט לייו טיים טרעפיק מיינט אז איינער פארמאגט א סמארטפאון מיט אינטערנעט קען ער דורך בלוטוט מחבר זיין מיט זייער ספעציעלן עפפ.

ישר כח פארן מברר זיין די הלכות דשי פי עס
אני הקטן בין געבאלדזעשט אויפן ראויד און די גארמין האט געזיכט די לאקאציע ווי איך בין פאר א האלבע שעה, בימילא האב איך נישט געהאט קיין ברירה נאר צו ווארטן ביי א גאז סטעישען און ענדלעך א האלבע שעה שפעטער האב איך געקענט ווייטער פארן.
חכם מה הוא אומר מה ה.... וה..... "האלו" ואת אמר לו אין מפטירין אחר ה..... (הגדה של פסח)

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 2:53 am

יישר כח הרב ידיד כל חי!
זיך נישט געראכטן אויף אזא טיפזיניגן שיעור כללי, אזוי הערליך שיין צולייגט דעם גאנצן ענין על כל פרטי' ודקדוקי'!

אין קורצן קומט מער ווייניגער אויס,
אז דער גארמין איז מער יוזער פרענדלי און מ'קען אפשר גרינגער ארבעטן מיט אים, ספעציעל איינער וואס איז נישט צו טעקניקל, אבער דער טאמטאם טוט בעסער דעם ארבעט אויף וואס ער איז געמאכט געווארן, דהיינו מער ריכטיגע צייטן, וועגן און טרעפיק.

דאס איז אויך מיין אויפפאסונג געווען נאכן נוצן פארשידענע דזשי פי עס'ן פאון די צוויי קאמפאני'ס.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 9:19 am

ייש"כ ידיד כל חי פארן שיינעם שיעור, דאס אז מ'קען נישט אנשטעלן אינמיטן פארן איז א געפערליכע זאך (דאס עצם אנשטעלן אינמיטן פארן איז אויך געפערליך...) וויפיל מאל טרעף איך מיך אין טרעפיק און איך וויל עוואידן, טענה'סטו אז פארנדיג קען איך בארן קלאפן, און אינמיטן FDR קען איך מיך נישט אפשטעלן צו אנשטעלן, און וואס טוט זיך אויב כאפט ער אינמיטן אז ערגעץ איז דא טרעפיק, טוישט ער די ראוט אינמיטן?
און בעצם נאך א שאלה וועגן די צוויי GPS טאמטאם ביז היינט, ווען איך קום אן אין א טונעל איז אפגערעדט אז ער גייט שלאפן, נאר אפילו אין מאנהעטן אליין צווישן די גרויסע בילדינגס איז ער אומאקטיוו, ער ווערט צופארן אויף כח, היינט צוטאגס ווען איך פאר אויף מאנהעטן און איך דארף אנקומען ערגעץ אינמיטן מאנהעטן פרינט איך מיך ארויס דירעקשאנס פון גוגל מעפס, ווייל דער GPS טוישט זיין מיינד יעדע צוויי מינוט, פלעין ס'ארבעט נישט, ער ווייסט נישט וואו איך בין, די שאלה איז אויב די נייערע ווערזשענס זענען בעסער, און צווישן טאם טאם און גערמין ווער איז בעסער מיט די חלק?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6615
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 9:55 am

אוואוידן קען מען יא, "טייפן" קען מען נישט.

ידיד, שיינע באריכט.

איך געדענק אז ווען איך האב געקויפט מיינס האב איך בעפאר געבארגט א טאם-טאם און א גארמין, די טאם-טאם האט מער געשמייכלט צו מיר און דאס האב איך געקליבן. איך ווייס נישט, איך האב מיך נישט געקענט רירן אין דעם גארמין, דעם טאם-טאם האב איך אנגעצינדן, גלייך געזעהן וואס איך דארף און וויל און געפארן (אפשר ווייל דאס האב איך ערשט פראבירט און גענוצט סוי בין איך שוין געווען געוואוינט דערצו? נישט אויסגעשלאסן, כך הוא דרכו של אדם)

עס קען זיין אז איך פרעג נאר ווייל איך האב נישט טועם געווען טעם גארמין, אבער וואס איז קאמפליצירט מיט טאם-טאם׳ס ריסענט דעסטינעישענס? מען מאכט PLAN ROUTE און ער גיבט דיר די אויסוואהל צו גיין צו א ריסענט דעסטינעישן.
אריינלייגן די אדרעסס: ער בעהט א שטאט, גאס און נאמבער, וואס איז קאמפליצירט?
ווען ער ענדיגט רעכענען די וועג ווייזט ער אויף א מאפע וואו מען גייט פארן, און געבט א אפציע "דיטעילס" וואס ווייזט אין שורות וואו מען גייט פארן (עס איז טאקע נישט דיטעילד פאר יעדע ריר, אבער דעקט די "וועג" וואו מען גייט פארן), אפשר רעדט איר ווען מען פארט שוין, געדענק איך נישט וויאזוי עס איז דאן.
אין AVOID PART OF ROUTE זעה איך נישט קיין שום קאמפליקאציע, ער ווייזט יעדע געסל וואס מען גייט דורכפארן, מען קליקט אויף וועלכע מען וויל און ער בארעכנט זיך תיכף ומיד.
POI האב איך נישט קיין סאך גענוצט, ווען יא איז עס געווען פאר געז. ער האט מיר געוויזן געז סטעישנס כפי סדר המרחק וזהו.

עס מוז זיין אז גארמין איז "אזוי געשמאק" אז איך קען מיך עס אפילו נישט "פארשטעלן"...
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 11:32 am

ביי תם-תם איז דא א מעגליכקייט אריינצולייגן א דעש צווישן די נומערן למשל 50-31?

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 12:40 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:יישר כח הרב ידיד כל חי!
זיך נישט געראכטן אויף אזא טיפזיניגן שיעור כללי, אזוי הערליך שיין צולייגט דעם גאנצן ענין על כל פרטי' ודקדוקי'!

אין קורצן קומט מער ווייניגער אויס,
אז דער גארמין איז מער יוזער פרענדלי און מ'קען אפשר גרינגער ארבעטן מיט אים, ספעציעל איינער וואס איז נישט צו טעקניקל, אבער דער טאמטאם טוט בעסער דעם ארבעט אויף וואס ער איז געמאכט געווארן, דהיינו מער ריכטיגע צייטן, וועגן און טרעפיק.

דאס איז אויך מיין אויפפאסונג געווען נאכן נוצן פארשידענע דזשי פי עס'ן פאון די צוויי קאמפאני'ס.

פאר איינער וואס פארט ווייניג אין קען זיך נישט ציפיל אויס מיט די מעשינען איז בעסער ער זאל נעמען א גארמין אבער איינער וואס פארט אסאך לוינט זיך ציציגעוויינען צי א טאםטאם

יישר כח הרב ידיד כל חי!

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 12:51 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:אוואוידן קען מען יא, "טייפן" קען מען נישט.

ידיד, שיינע באריכט.

איך געדענק אז ווען איך האב געקויפט מיינס האב איך בעפאר געבארגט א טאם-טאם און א גארמין, די טאם-טאם האט מער געשמייכלט צו מיר און דאס האב איך געקליבן. איך ווייס נישט, איך האב מיך נישט געקענט רירן אין דעם גארמין, דעם טאם-טאם האב איך אנגעצינדן, גלייך געזעהן וואס איך דארף און וויל און געפארן (אפשר ווייל דאס האב איך ערשט פראבירט און גענוצט סוי בין איך שוין געווען געוואוינט דערצו? נישט אויסגעשלאסן, כך הוא דרכו של אדם)

עס קען זיין אז איך פרעג נאר ווייל איך האב נישט טועם געווען טעם גארמין, אבער וואס איז קאמפליצירט מיט טאם-טאם׳ס ריסענט דעסטינעישענס? מען מאכט PLAN ROUTE און ער גיבט דיר די אויסוואהל צו גיין צו א ריסענט דעסטינעישן.
אריינלייגן די אדרעסס: ער בעהט א שטאט, גאס און נאמבער, וואס איז קאמפליצירט?
ווען ער ענדיגט רעכענען די וועג ווייזט ער אויף א מאפע וואו מען גייט פארן, און געבט א אפציע "דיטעילס" וואס ווייזט אין שורות וואו מען גייט פארן (עס איז טאקע נישט דיטעילד פאר יעדע ריר, אבער דעקט די "וועג" וואו מען גייט פארן), אפשר רעדט איר ווען מען פארט שוין, געדענק איך נישט וויאזוי עס איז דאן.
אין AVOID PART OF ROUTE זעה איך נישט קיין שום קאמפליקאציע, ער ווייזט יעדע געסל וואס מען גייט דורכפארן, מען קליקט אויף וועלכע מען וויל און ער בארעכנט זיך תיכף ומיד.
POI האב איך נישט קיין סאך גענוצט, ווען יא איז עס געווען פאר געז. ער האט מיר געוויזן געז סטעישנס כפי סדר המרחק וזהו.

עס מוז זיין אז גארמין איז "אזוי געשמאק" אז איך קען מיך עס אפילו נישט "פארשטעלן"...

אז דו בארירסט געז סטעישאנס וויל איך פארשטיין נאך עפעס, איך בין געפארן אמאל אויפן דזשערסי טורנפייק, אינמיטן זע איך די געז לאזט זיך אויס, לייג איך אריין וואו איז די נענטסטע געז סטעישאן עלאונג ראוט, שרייבט ער אז ער טרעפט נישט, די נענטסטע צו מיר, שרייבט ער 1.4 מייל, סעלעקט איך, שרייבט ער מיר אז ס'נעמט בערך 20 מינוט אנצוקומען דארט, פון וואו רעכנט ער די 1.4 מייל?
און למעשה בין איך געפארן נאך 8 מייל אויפן טורנפייק און געטראפן א געז סטעישאן ביי א רעסט עריא, פארוואס שרייבט ער דאס נישט? איז גערמין בעסער מיט דעם?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ידיד כל חי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:01 am

תגובהדורך ידיד כל חי » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 3:40 pm

מי יודע האט געשריבן: און וואס טוט זיך אויב כאפט ער אינמיטן אז ערגעץ איז דא טרעפיק, טוישט ער די ראוט אינמיטן?
און בעצם נאך א שאלה וועגן די צוויי GPS טאמטאם ביז היינט, ווען איך קום אן אין א טונעל איז אפגערעדט אז ער גייט שלאפן, נאר אפילו אין מאנהעטן אליין צווישן די גרויסע בילדינגס איז ער אומאקטיוו, ער ווערט צופארן אויף כח, היינט צוטאגס ווען איך פאר אויף מאנהעטן און איך דארף אנקומען ערגעץ אינמיטן מאנהעטן פרינט איך מיך ארויס דירעקשאנס פון גוגל מעפס, ווייל דער GPS טוישט זיין מיינד יעדע צוויי מינוט, פלעין ס'ארבעט נישט, ער ווייסט נישט וואו איך בין, די שאלה איז אויב די נייערע ווערזשענס זענען בעסער, און צווישן טאם טאם און גערמין ווער איז בעסער מיט די חלק?

אויף דעם וואס דו פרעגסט:
און וואס טוט זיך אויב כאפט ער אינמיטן אז ערגעץ איז דא טרעפיק, טוישט ער די ראוט אינמיטן?
בדרך כלל מאכט ער א בלויע ליין מיט א שאלה, צו דו ווילסט נעמען א בעסערע ראוט.
און אויף דיין צווייטע שאלה:
די נייערע איז זיכער בעסער, אבער דו דארפסט פארשטיין אז בכלליות איז די GPS נישט מער ווי א דומם, און ארבעט לויט וויאזוי די סאפטוועיר איז אנגעשטעלט, און ממילא מאכט ער דעסידזשענס לויט דעם, און עס רעכנט זיך נישט מיט דיינע נערווען, אבער ארויסצופרינטן גוגל מעיפ איז גוט ווען דו דארפסט נישט טרעפיק דירעקשענס, אבער אויב דו דארפסט יא טרעפיק דירעקשינס, איז איבוד הזמן (און מעגליך אויך ביטול תורה - אויב דו וועסט לערנען אין די צייט) צו פארן אן א אנוייזער, בכלל איז נישט ראטזאם צו פארן אין מאנהעטן ווען דו ביסט טייט אין צייט, עס איז ממש נישט מעגליך צו פאראויסזאגן ווילאנג דו קענסט פארברענגן ארום צו פארן, צא ובדוק, ותשכח.

און בנוגע וועלכע איז בעסער, עס ווענדט זיך לכאורה אין וועלכע געגנט, אבער בכלליות איז טאמטאם אביסול בעסער.

ידיד כל חי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:01 am

תגובהדורך ידיד כל חי » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 3:48 pm

איינער רעדט וועגן אויפסעטן אדער אוואוידן אינמיטן דרייוון:

איך גיי נישט זאגן (דא) די שבת שובה דרשה, אבער איך מייין אז מען דארף שוין יעצט מקדים זיין און מזהיר זיין, "שפילן מיט א GPS" אינמיטן דרייוון, איז ...........סכנת נפשות ממש....עס איז נישט גענוג פלאץ אין גוגל דרייו צו מסביר זיין וואס א סכנה עס איז, גיי טריי עס אויפן FDR, אדער אויפן טרואוועי, (איך ווייס נישט צו מען מעג אפילו פאר א טריי אוט), פרעג דיר ארום ביי יעדעם וואס עמדו אבותינו על הר סיני, עס איז ענדערש אנצוקומען וואו די גייסט מיט אפאר חדשים שפעטער ווי זיך צו שפילן מיטן לעבן.
לעצט פאראכטן דורך ידיד כל חי אום פרייטאג אוגוסט 26, 2016 6:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ידיד כל חי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:01 am

תגובהדורך ידיד כל חי » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 3:52 pm

מי יודע האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:אוואוידן קען מען יא, "טייפן" קען מען נישט.

עס מוז זיין אז גארמין איז "אזוי געשמאק" אז איך קען מיך עס אפילו נישט "פארשטעלן"...

אז דו בארירסט געז סטעישאנס וויל איך פארשטיין נאך עפעס, איך בין געפארן אמאל אויפן דזשערסי טורנפייק, אינמיטן זע איך די געז לאזט זיך אויס, לייג איך אריין וואו איז די נענטסטע געז סטעישאן עלאונג ראוט, שרייבט ער אז ער טרעפט נישט, די נענטסטע צו מיר, שרייבט ער 1.4 מייל, סעלעקט איך, שרייבט ער מיר אז ס'נעמט בערך 20 מינוט אנצוקומען דארט, פון וואו רעכנט ער די 1.4 מייל?
און למעשה בין איך געפארן נאך 8 מייל אויפן טורנפייק און געטראפן א געז סטעישאן ביי א רעסט עריא, פארוואס שרייבט ער דאס נישט? איז גערמין בעסער מיט דעם?


אמת ויציב, זיינע (ביידע) POI איז ממש געפערליך, איך גלייב מן הסתם אז דאס איז פון די איינציגסטע זאכן וואס מען קען זאגן אז ביידע זענען די זעלבע נישט גוט, די איינציגסטע זאך צו טוהן איז צו זאגן וואס "נחום איש גם זו" פלעגט זאגן....

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2068
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 5:38 pm

פארשידענע חידושים געזען דא אין לעצטערע תגובות, וועלמיר דארפן געבן נאך א שאנס פאר טאמטאם איי געס.

וועגן POI'ס, גארמין איז גראדע זייער גוט דערין, די וואס באקלאגן זיך, רעדן אפשר פין די עלטער מאדעל'ס.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

ידיד כל חי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:01 am

תגובהדורך ידיד כל חי » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 6:14 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:פארשידענע חידושים געזען דא אין לעצטערע תגובות, וועלמיר דארפן געבן נאך א שאנס פאר טאמטאם איי געס.

וועגן POI'ס, גארמין איז גראדע זייער גוט דערין, די וואס באקלאגן זיך, רעדן אפשר פין די עלטער מאדעל'ס.

אפשר געז סטעישענס איז די נייע גוט, אבער טריי אויס עני סטאר וואס האט זיך געעפנט אין די לעצטע 3 יאר, און לאמיר זעהן, איך רעד שוין נישט אז סטארס וואס האבן זיך פארמאכט בלייבן דארט ביז נאך אלף השישי.
אדרבה גיי צו גארמין טייפ אריין "באנק אוף אמעריקע באנק", און אין די קאונטרי עריע וועט ער דיר געבן אפאר (איך מיין ביז 4) און הייב אן צו ארומפארן ביז עקסיט 98 און דו וועסט נישט טרעפן קיין איינס, נאר עס איז דא דארט א אנדערע באנק, חוץ די וואס איז אין "עלענוויל" וואס גייט נאך אן (די סיבה אגב איז, ווייל עס איז געווען אסאך בענק אוף אמעריקע אין די קאונטרי עריע, און עס האט זיך פארמאכט מיט 2 יאר צוריק, אפילו לעבן וואלמארט אין מאנטיסעללא ביי די קארנער איז געווען איינס, און עס איז נישטא מער דארט, נאר א אנדערע באנק) .
וכהנה וכהנה.
אגב, קען זיין אז גארמין אליין סעט נישט אויף די POI נאר זיי באקומען עס פון די סטארס א.ד.ג, און די סטארס האבן עס פשוט נאך נישט אפדעיטעד, קען זיין אבער עס איז דא אסאך עגמת נפש מיט דעם.

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 5:14 pm

ווען איך האבגענוצט א GPS איז עס געווען גארמין מיין שאלה איז אז ווילאנג כהאב נשיט ארייגעלייגט די פונקטליכע אדרעס פונקטליך גוט אויסגעלייגט איז עס נישט אדורך אקיצור די סירטש אפשען איז ווייט פון גוגעל וואס פורבירט צו צוטרעפן וואס דו מיינסט צו זיכען, איז טאם-טאם בעסער אין דעם הינזיכט?

אוועטאר
בעילוםשם
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 8:49 pm

תגובהדורך בעילוםשם » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:11 pm

איך זיך צו קויפן א GPS פאר ארום 100$, מיין ביז-יעצטיגע גארמין האב איך אזויפיל געצאלט אויף עמעזאן, עס האט USA & CANADA אנלימיטעד לייפטיים מעפ אפדיעטס און טראפיק.

אצינד דארף איך ווידער איינס, און איך זעה אז ס'איז נישט צוטרעפן פאר די פרייז-רעינדזש, א כלי מיט די זעלבע מעלות/דיטעילס.

עני פארשלאגן ביטע?

יישר כח למפריע

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6615
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:35 pm

טאם-טאם איז אויך גוט?
https://www.dealscube.com/listing/tomto ... AgqS8P8HAQ
וואו איז דָוִי?

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג פאברואר 21, 2017 4:54 pm

איך האב א גארמין, איך האב עס קאננעקטעד צום קאמפיוטער צו אפדעיטן די מאפעס, (עס איז די ערשטע מאל איך טו עס), קומט ארויף אז קודם דארף איך אפדעיטן די פראגראמען (9 שטיק) נאכדעם קען מען גיין צו מאפעס, האב איך געזאגט יא צום אינסטאלן, נאך עטליכע מינוט בלייבט ער שטיין מיט אן ערראר אז עס קען זיך נישט געהעריג אינסטאלן, און למעשה קען איך שוין נישט ארויסגיין אינמיטן, ווייל עס קען חרוב מאכן די מאשינקע.

ילמדיני רבינו, וואס טוט מען אין אזא פאל?

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג פאברואר 21, 2017 6:38 pm

שואלכענין האט געשריבן:איך האב א גארמין, איך האב עס קאננעקטעד צום קאמפיוטער צו אפדעיטן די מאפעס, (עס איז די ערשטע מאל איך טו עס), קומט ארויף אז קודם דארף איך אפדעיטן די פראגראמען (9 שטיק) נאכדעם קען מען גיין צו מאפעס, האב איך געזאגט יא צום אינסטאלן, נאך עטליכע מינוט בלייבט ער שטיין מיט אן ערראר אז עס קען זיך נישט געהעריג אינסטאלן, און למעשה קען איך שוין נישט ארויסגיין אינמיטן, ווייל עס קען חרוב מאכן די מאשינקע.

ילמדיני רבינו, וואס טוט מען אין אזא פאל?

אויב איז ער ארויפגעקומען מיט אן עראר דאן איז עס מסתמא נישט געווארן אינסטאלט בכלל, און דו קענסט עס יא סטאפן.

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג פאברואר 21, 2017 7:57 pm

יישר כח פאר די מגיבים, איך האב גערעדט מיט משומר דערוועגן, איך האף מארגן עס נאכמאל פראבירן מאכן מיט סוקסעס.

א פיינע מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:58 pm

תגובהדורך א פיינע מענטש » דינסטאג מאי 09, 2017 12:32 pm

ווייסט איינער אויב די טרעפיק פון די נייע מאדעלס וואס רופט זיך HD טרעפיק איז בעסער פון די סתם טרעפיק, עס קוקט מיר אויס אז די טעכנלאגיע פון דעם ארבעט אויף א בעסערע וועג
למשל דאס Garmin nuvi 2699LMT HD 6'' GPS Lifetime Maps & HD Traffic (Certified Refurbished) ווי אויך אלע מאדעלס וואס האט די HD אפשען.

א פיינע מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:58 pm

תגובהדורך א פיינע מענטש » מיטוואך מאי 10, 2017 3:42 pm

א פיינע מענטש האט געשריבן:ווייסט איינער אויב די טרעפיק פון די נייע מאדעלס וואס רופט זיך HD טרעפיק איז בעסער פון די סתם טרעפיק, עס קוקט מיר אויס אז די טעכנלאגיע פון דעם ארבעט אויף א בעסערע וועג
למשל דאס Garmin nuvi 2699LMT HD 6'' GPS Lifetime Maps & HD Traffic (Certified Refurbished) ווי אויך אלע מאדעלס וואס האט די HD אפשען.

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » זונטאג יוני 18, 2017 1:23 am

ווייסט איינער די נייערע מאדעל'ס פון זשערמין נאווי, און פון טאמטאם?

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 4:19 pm

וועלעכע GPS איז די בעסטע און קלארסטע פאר א נייע דרייווער?

און אויך וואו קען מען עס קויפן אין מאנסי?
אמונה בטחון גאולה


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט