געלעקסי S5

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » פרייטאג פאברואר 28, 2014 9:48 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:דאן בין איך נייגעריג צו סעמסאנג קען פעטענטן די איידיע אז עפל זאל דאס נישט קענען נאכטון

שווער צו גלייבן עס איז דאך בעצם נישט קיין ערפינדונג, ער טוט דיר בלויז דאס וואס דו וואלסט אליין געטון ווען דו ווילסט שפארן בעטערי, און צוגעלייגט נאך אביסל זאכן.
אבער אלעס איז מעגליך, ימים ידברו.


די עיקר בעטערי באנוץ אין א סמארטפאון איז די סקרין, און די עיקר אויפטוה פון די פאוער סעווער מאוד איז צו מאכן די סקרין שווארץ, והוא נותנת אז עפל זאל עס נישט קענען נאכמאכן, ווייל זיי ניצן אנדערע סקרין טעכנעלאגיע ווי סעמסאנג, סעמסאנג ניצט עמעלאד טעכנעלאגיע וואס די פיקסלס ארבעטן נישט ווען עס דארף צושטעלן די שווארצע קאליר, במילא ווען עס איז שווארץ ניצט עס נישט קיין בעטערי, משא"כ די אנדערע סקרין טעכנעלאגיע ווי LCD אדער IPS, דארפן יא דירעקט דיספלעין די שווארצע קאליר, במילא שפארט עס נישט קיין בעטערי.

די אנדערע מיינער חלקים אין די פאוער מאוד קענען זיי טאקע יא נאכמאכן.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9031
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג מארטש 03, 2014 8:43 am

אנדערש ווי געוויסע רעפארטס האבן אנגעגעבן אז פונעם 16 גיג אינטערנעל סטארעדזש וואס דער געלעקסי S5 גייט האבן גייט נאר איבער בלייבן 8 גיג פארן אונערס באנוץ, ווען דער פארנומענער פלאץ גייט גיין פארן אפערעיטינג סיסטעם און אלע פרי-אינסטאלד עפפס, קומט יעצט ארויס א באריכט אז עס גייט אין פאקט פארמאגן היבש אביסל מער מיט 10.7 גיג ליידיג צום באנוץ. דער טעות פונעם פריערדיגן רעפארט איז געווען נאכן איבערקוקן דער פאון ביים אנאנסירונג ביי די מ'אוביל וו'ארלד ק'אנגרעס, ווען דארט איז די צוויי מיט עפעס גיג געווען פארנומען מיט דעמאו זאכן אריינגעלייגט פאר באנוץ פון ווייזן דער פאון פאר דער עולם.

אין א קאמפערעישאן צווישן די טאפ סמארטפאונס קומט דער געלעקסי S4 ארויס די ערגסטע אין דעם הינזיכט - מיט בלויז 8.56 גיג פון 16. און דער געווינער איז דער אייפאון 5c מיט גאנצע 12 גיג פון 16.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג יוני 17, 2014 12:08 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:הערליכע ריוויו! וואס מיינט דאס וואסער פרוף? מ'קען עס פון היינט און ווייטער נעמען אין בור?

אויסדריקלעך נישט 'וואסער פרוף'! [קוק צוריק אין דער ריוויאו].
עס איז 'וואסער רעזיסטענט', דאס איז בעיסיקלי פשט אז עס מעג נישט ליגן אין א וואסער, אבער מעג באגאסן ווערן מיט וואסער ווי א רעגן סינק אדער שאוער.
און יעצט צו דיין פראגע: יאפ!, אויב ווילסטו ליינען די אימעילס אין בור קענסטו עס דעפיניטלי נעמען מיט זיך אין בור, אבער... ווי געזאגט זאל עס נישט ליגן אין וואסער, אויב ס'וועט אריינפאלן וועט אויכעט כמעט זיכער גארנישט געשען אויב מ'נעמט עס גלייך ארויס.

נישט אמת ידען

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יוני 17, 2014 2:48 pm

חחח, דער עולם איז גוט אויפגעלייגט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9031
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג יוני 17, 2014 4:02 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:הערליכע ריוויו! וואס מיינט דאס וואסער פרוף? מ'קען עס פון היינט און ווייטער נעמען אין בור?

אויסדריקלעך נישט 'וואסער פרוף'! [קוק צוריק אין דער ריוויאו].
עס איז 'וואסער רעזיסטענט', דאס איז בעיסיקלי פשט אז עס מעג נישט ליגן אין א וואסער, אבער מעג באגאסן ווערן מיט וואסער ווי א רעגן סינק אדער שאוער.
און יעצט צו דיין פראגע: יאפ!, אויב ווילסטו ליינען די אימעילס אין בור קענסטו עס דעפיניטלי נעמען מיט זיך אין בור, אבער... ווי געזאגט זאל עס נישט ליגן אין וואסער, אויב ס'וועט אריינפאלן וועט אויכעט כמעט זיכער גארנישט געשען אויב מ'נעמט עס גלייך ארויס.

נישט אמת ידען

קיוט, פריש ווי משוגע....
אבער קיין סתירה מיט וואס איך האב געשריבן איז עס נישט. איך האב געשריבן אז עס וועט כמעט זיכער גארנישט געשען אויב עס וועט אריינפאלן אין וואסער, למעשה איז דאס טאקע געשען און עס איז ארויס ב"ה גאנץ. אבער... עס איז נישט וואסער פרוף און אויב עס גייט ליגן לאנג אין וואסער - ווי טיפער איז ערגער - וועט עס נישט אויסהאלטן, און ווען עס וואלט ווען געווען וואסער פרוף וואלט עס יא.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

גוטזאגער2014
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2014 10:11 pm

געלעקסי s5

תגובהדורך גוטזאגער2014 » דינסטאג יולי 22, 2014 12:00 am

די געלעקסי איז א מעגא פאון. ס'איז כמעט די בעסטע פאון פאר נעמען פיקטשערס, די סקרין איז זייער קלאר, אלע סארט סענסארס ליגט אין דעם, ס'איז לכאורה די סמארטפאון פון יאר.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

Galaxy s5

תגובהדורך סמארט גאי » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 11:57 am

ווען איך לייג אריין earphones קען מען נאר הערן/רעדן פאון קאלס, איך קען נישט הערן קיין מוזיק, אדער הערן קליפס,

בלוטוט ארבעט יא,

איינער קען העלפן

(ביטע שיקט אין אישי )
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

כרם
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » דינסטאג דעצמבער 08, 2015 12:20 am

האט איינער עקספיריענס מיט א בלוטוט זייגער פאר א געלעקסי עס5?
וועלכע איז א גוטע?

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 1:49 am

כרם האט געשריבן:האט איינער עקספיריענס מיט א בלוטוט זייגער פאר א געלעקסי עס5?
וועלכע איז א גוטע?

I have the first model Gear. Very happy with it

שטאלצע_חסיד
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2013 8:59 am
לאקאציע: אינעם אייבערשטענס וועלטל

תגובהדורך שטאלצע_חסיד » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 1:19 pm

איך נוץ און בין זייער צופרידן פון די LG watch G, וואס ארבעט אויף אנדרויד וועיר.


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט