געלעקסי S5

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

שכוח קנאפער, זייער א קלארע באריכט!

פארוואס האבן זיי נאכנישט אריינגעלייקט 64 ביט פראססעסער און מער רעם?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

אטא דאס הייסט א ידען! שוין גארנישט אזוי קנאפ!

יישר כח, מיר האבן זייער הנאה געהאט פון דער באריכט.

און א זייטיגע נאטיץ, האסט עפעס געליינט וועגן זייער פעיפאל אינטעגרעשאן?
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

ישר כוח ידען(סארי "קנאפער" קומט נישט אריין) פאר דיינע שיינע באריכטען.
איין זאך וויל איך נאר וויסען, די בעטערי גייט זיין גרעסער?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

זאכליך האט געשריבן:שכוח קנאפער, זייער א קלארע באריכט!

פארוואס האבן זיי נאכנישט אריינגעלייקט 64 ביט פראססעסער און מער רעם?

באמת א שווערע קשיא!
במילא וועגן די 64 ביט פראסעסער, העט מען נאך ווען געקענט זאגן אז זייער נייער 64 ביט טשיפ איז נאכנישט גענוג רייף אריינצוגיין אין באנוץ.
אבער דאס נישט לייגן 3 גיג רעם - א זאך וואס זיי האבן שוין אינעם נאוט 3 - איז א געפערליכע טעות (הא הא הא.... דער ראצער ווייסט בעסער פון דעם וועלטס פירמע....), און עס וואלט זיכער געגאנגען בעסער ווען עס האט ווען 3 גיג רעם, דאס איז היינט איינער פון די וויכטיגע זאכן וואס מענטשן קוקן ביים קויפן א טעלעפאן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

להגדיל שמו האט געשריבן:ישר כוח ידען(סארי "קנאפער" קומט נישט אריין) פאר דיינע שיינע באריכטען.

עטוואס גרעסער, דער S4 איז געווען א 2,600 mAh בעטערי, און דער S5 איז 2,800 mAh.

בחורהזעצער האט געשריבן:און א זייטיגע נאטיץ, האסט עפעס געליינט וועגן זייער פעיפאל אינטעגרעשאן?

איך האב עס נישט קלאר געשריבן, אבער דאס האב איך בעיסיקלי געמיינט מיטן שרייבן ס'פאלגענדע:
ווי אויכעט וועט עס קענען דינען אין געוויסע עפפס וואס דארפן א פעסווארד ווי למשל צו שיקן געלט וכדו' וואס מיט א סווייפ פונעם פינגער אויפן האום קנעפל וועט זיין אסאך גרינגער צו וועריפייען אז ער איז עס
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

קנאפער ידען האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:ישר כוח ידען(סארי "קנאפער" קומט נישט אריין) פאר דיינע שיינע באריכטען.
איין זאך וויל איך נאר וויסען, די בעטערי גייט זיין גרעסער?

עטוואס גרעסער, דער S4 איז געווען א 2,600 mAh בעטערי, און דער S5 איז 2,800 mAh.

פארוואס טיען זיי דעס, איז עס נישט מער באקוועם פאר ביידע-די קאמפעני און די קאסטערס- מיט די זעלבע סייז?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

להגדיל שמו האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:ישר כוח ידען(סארי "קנאפער" קומט נישט אריין) פאר דיינע שיינע באריכטען.
איין זאך וויל איך נאר וויסען, די בעטערי גייט זיין גרעסער?

עטוואס גרעסער, דער S4 איז געווען א 2,600 mAh בעטערי, און דער S5 איז 2,800 mAh.

פארוואס טיען זיי דעס, איז עס נישט מער באקוועם פאר ביידע-די קאמפעני און די קאסטערס- מיט די זעלבע סייז?

עס איז זיכער וויכטיגער פאר די קאטומערס - און פאר די קאמפאניס טאש - א שטערקערע בעטערי.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

קנאפער ידען האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:שכוח קנאפער, זייער א קלארע באריכט!

פארוואס האבן זיי נאכנישט אריינגעלייקט 64 ביט פראססעסער און מער רעם?

באמת א שווערע קשיא!
במילא וועגן די 64 ביט פראסעסער, העט מען נאך ווען געקענט זאגן אז זייער נייער 64 ביט טשיפ איז נאכנישט גענוג רייף אריינצוגיין אין באנוץ.
אבער דאס נישט לייגן 3 גיג רעם - א זאך וואס זיי האבן שוין אינעם נאוט 3 - איז א געפערליכע טעות (הא הא הא.... דער ראצער ווייסט בעסער פון דעם וועלטס פירמע....), און עס וואלט זיכער געגאנגען בעסער ווען עס האט ווען 3 גיג רעם, דאס איז היינט איינער פון די וויכטיגע זאכן וואס מענטשן קוקן ביים קויפן א טעלעפאן.

קאסט'ך עס מער.. וועלן די פראפיטן נישט זיין זוי גרויס
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

להגדיל שמו האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:ישר כוח ידען(סארי "קנאפער" קומט נישט אריין) פאר דיינע שיינע באריכטען.
איין זאך וויל איך נאר וויסען, די בעטערי גייט זיין גרעסער?

עטוואס גרעסער, דער S4 איז געווען א 2,600 mAh בעטערי, און דער S5 איז 2,800 mAh.

פארוואס טיען זיי דעס, איז עס נישט מער באקוועם פאר ביידע-די קאמפעני און די קאסטערס- מיט די זעלבע סייז?

האטעך שוין געזאגט אמאל א איינער א גוט ווארט:

"ווען ביל געיטס וואלט ארויסגעגעבן די טייפערייטער, וואלט ער יעדעס יאר געמאכט א נייע סייז טינט, אז מען זאל דארפן קויפן א נייע מאשין"!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

מיין אנדרואיד האט 356mb ram...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

זאכליך האט געשריבן:מיין אנדרואיד האט 356mb ram...

מיינסט מסתמא 256 (אלעס לויפט דאך אויף אכט).
מיין אלטע פאון האט אויכעט אזאנס פארמאגט, כ'קען נישט גלייבן אז דאס האט אמאל געהייסען גאנץ נארמאל.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

קנאפער ידען האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:מיין אנדרואיד האט 356mb ram...

מיינסט מסתמא 256 (אלעס לויפט דאך אויף אכט).
מיין אלטע פאון האט אויכעט אזאנס פארמאגט, כ'קען נישט גלייבן אז דאס האט אמאל געהייסען גאנץ נארמאל.

אפשר 384
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

געלעגער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:שכוח קנאפער, זייער א קלארע באריכט!

פארוואס האבן זיי נאכנישט אריינגעלייקט 64 ביט פראססעסער און מער רעם?

באמת א שווערע קשיא!
במילא וועגן די 64 ביט פראסעסער, העט מען נאך ווען געקענט זאגן אז זייער נייער 64 ביט טשיפ איז נאכנישט גענוג רייף אריינצוגיין אין באנוץ.
אבער דאס נישט לייגן 3 גיג רעם - א זאך וואס זיי האבן שוין אינעם נאוט 3 - איז א געפערליכע טעות (הא הא הא.... דער ראצער ווייסט בעסער פון דעם וועלטס פירמע....), און עס וואלט זיכער געגאנגען בעסער ווען עס האט ווען 3 גיג רעם, דאס איז היינט איינער פון די וויכטיגע זאכן וואס מענטשן קוקן ביים קויפן א טעלעפאן.

קאסט'ך עס מער.. וועלן די פראפיטן נישט זיין זוי גרויס

זייער א שוואכע סברה דאס.
קודם כל איז איינער פון די עיקר זאכן די מאמענטום פונעם קאמפאני, צו 'סעמסאנג' גייט זיין דער מיט די בעסטע פאון אויפן מארקעט.
ועוד, איז עס נישט נאר אביסל מער סעילס נאר קען גאר אסאך אויסמאכן! (ווי רוב ריוויאוס זאגן אז איינער מיט א געלעקסי עס4 האט נישט עכט קיין סיבה צו אפגרעידן).
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:האטעך שוין געזאגט אמאל א איינער א גוט ווארט:

"ווען ביל געיטס וואלט ארויסגעגעבן די טייפערייטער, וואלט ער יעדעס יאר געמאכט א נייע סייז טינט, אז מען זאל דארפן קויפן א נייע מאשין"!

העי, חילי מאך נישט חוזק פון ביל געיטס אויף דעם נושא! אין דעם נושא איז עפל די ערגסטע, א נייע טשארדזשער פאר יעדע פאר כלים.

פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

וויפעל ppi גייט ער פארמאגן?
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פער בריסטאו האט געשריבן:וויפעל ppi גייט ער פארמאגן?

עס גייט האבן 432 ppi, אביסל ווייניגער ווי דער S4'ס 441 ppi [ער האט דאך א טראפעלע א גרעסערע סקרין אבער די רעזעלושען איז די זעלבע 1920x1080].
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קנאפער ידען האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:האטעך שוין געזאגט אמאל א איינער א גוט ווארט:

"ווען ביל געיטס וואלט ארויסגעגעבן די טייפערייטער, וואלט ער יעדעס יאר געמאכט א נייע סייז טינט, אז מען זאל דארפן קויפן א נייע מאשין"!

העי, חילי מאך נישט חוזק פון ביל געיטס אויף דעם נושא! אין דעם נושא איז עפל די ערגסטע, א נייע טשארדזשער פאר יעדע פאר כלים.

מען האט אמאל פארגעהאלטן הגאון ר' ישראל יעקב פישער ז"ל היתכן ער רייכערט חול המועד (?), אמער דער משנה ברורה אסור'ט, האט ער גענטפערט: "איך רייכער נאך פון פאר די משנה ברורה"!!

לענינינו (להבדיל) איך קען שוין די דזשוק נאך פאר עפל......
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קנאפער ידען האט געשריבן:
בחורהזעצער האט געשריבן:און א זייטיגע נאטיץ, האסט עפעס געליינט וועגן זייער פעיפאל אינטעגרעשאן?

איך האב עס נישט קלאר געשריבן, אבער דאס האב איך בעיסיקלי געמיינט מיטן שרייבן ס'פאלגענדע:
ווי אויכעט וועט עס קענען דינען אין געוויסע עפפס וואס דארפן א פעסווארד ווי למשל צו שיקן געלט וכדו' וואס מיט א סווייפ פונעם פינגער אויפן האום קנעפל וועט זיין אסאך גרינגער צו וועריפייען אז ער איז עס

סעמסאנג האט שוין ארויסגעגעבן דער SDK [ס'אפטווער 'דעוועלאפענט ק'יט] פארן געלעקסי S5 - דאס איז דער פראגראם וואו פראגרעמער שרייבן די קאוד פאר עפפס - און ס'איז פיינע נייעס! נישט מער און נישט ווייניגער איז דא דארט דער Pass API, וואס דאס געבט די מעגליכקייט פאר איעדע דעוועלאפער צו לייגן פינגערפרינטס פונקציעס אויף זיין עפפ! [דאס איז שוין היבש איבערגעשטיגן עפל וואס דער פינגערפרינטס איז בלויז צו אנלאקן דעם דעווייס און נאך איינצעלע פונקציעס און זיי ערלויבן נישט דרויסענדיגע דעוועלאפער עס צו נוצן].
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

אבער לכבוד דעם וואסער רעזיסטענט גייט דער USB שטעקער זיין פארמאכט, ד.ה. מען וועט עס מוזן אויפמאכן יעדעס מאל ווען מען וויל טשארדשן דעם פאון (אדער קאנעקטן צום קאמפיוטער), א_ווי די עלטערע אמאליגע פאונס.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Alien »

שוין דא ווייערלעס טשארדשערס. קענסט שלאפן רואיג.
Alien
פה לבנה יצ"ו
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

קנאפער ידען האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:דאן בין איך נייגעריג צו סעמסאנג קען פעטענטן די איידיע אז עפל זאל דאס נישט קענען נאכטון

שווער צו גלייבן עס איז דאך בעצם נישט קיין ערפינדונג, ער טוט דיר בלויז דאס וואס דו וואלסט אליין געטון ווען דו ווילסט שפארן בעטערי, און צוגעלייגט נאך אביסל זאכן.
אבער אלעס איז מעגליך, ימים ידברו.

די עיקר בעטערי באנוץ אין א סמארטפאון איז די סקרין, און די עיקר אויפטוה פון די פאוער סעווער מאוד איז צו מאכן די סקרין שווארץ, והוא נותנת אז עפל זאל עס נישט קענען נאכמאכן, ווייל זיי ניצן אנדערע סקרין טעכנעלאגיע ווי סעמסאנג, סעמסאנג ניצט עמעלאד טעכנעלאגיע וואס די פיקסלס ארבעטן נישט ווען עס דארף צושטעלן די שווארצע קאליר, במילא ווען עס איז שווארץ ניצט עס נישט קיין בעטערי, משא"כ די אנדערע סקרין טעכנעלאגיע ווי LCD אדער IPS, דארפן יא דירעקט דיספלעין די שווארצע קאליר, במילא שפארט עס נישט קיין בעטערי.

די אנדערע מיינער חלקים אין די פאוער מאוד קענען זיי טאקע יא נאכמאכן.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אנדערש ווי געוויסע רעפארטס האבן אנגעגעבן אז פונעם 16 גיג אינטערנעל סטארעדזש וואס דער געלעקסי S5 גייט האבן גייט נאר איבער בלייבן 8 גיג פארן אונערס באנוץ, ווען דער פארנומענער פלאץ גייט גיין פארן אפערעיטינג סיסטעם און אלע פרי-אינסטאלד עפפס, קומט יעצט ארויס א באריכט אז עס גייט אין פאקט פארמאגן היבש אביסל מער מיט 10.7 גיג ליידיג צום באנוץ. דער טעות פונעם פריערדיגן רעפארט איז געווען נאכן איבערקוקן דער פאון ביים אנאנסירונג ביי די מ'אוביל וו'ארלד ק'אנגרעס, ווען דארט איז די צוויי מיט עפעס גיג געווען פארנומען מיט דעמאו זאכן אריינגעלייגט פאר באנוץ פון ווייזן דער פאון פאר דער עולם.

אין א קאמפערעישאן צווישן די טאפ סמארטפאונס קומט דער געלעקסי S4 ארויס די ערגסטע אין דעם הינזיכט - מיט בלויז 8.56 גיג פון 16. און דער געווינער איז דער אייפאון 5c מיט גאנצע 12 גיג פון 16.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

קנאפער ידען האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:הערליכע ריוויו! וואס מיינט דאס וואסער פרוף? מ'קען עס פון היינט און ווייטער נעמען אין בור?

אויסדריקלעך נישט 'וואסער פרוף'! [קוק צוריק אין דער ריוויאו].
עס איז 'וואסער רעזיסטענט', דאס איז בעיסיקלי פשט אז עס מעג נישט ליגן אין א וואסער, אבער מעג באגאסן ווערן מיט וואסער ווי א רעגן סינק אדער שאוער.
און יעצט צו דיין פראגע: יאפ!, אויב ווילסטו ליינען די אימעילס אין בור קענסטו עס דעפיניטלי נעמען מיט זיך אין בור, אבער... ווי געזאגט זאל עס נישט ליגן אין וואסער, אויב ס'וועט אריינפאלן וועט אויכעט כמעט זיכער גארנישט געשען אויב מ'נעמט עס גלייך ארויס.

נישט אמת ידען
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

חחח, דער עולם איז גוט אויפגעלייגט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע”