פאטאקי08 האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן:הערליכע ריוויו! וואס מיינט דאס וואסער פרוף? מ'קען עס פון היינט און ווייטער נעמען אין בור?
אויסדריקלעך נישט 'וואסער פרוף'! [קוק צוריק אין דער ריוויאו].
עס איז 'וואסער רעזיסטענט', דאס איז בעיסיקלי פשט אז עס מעג נישט ליגן אין א וואסער, אבער מעג באגאסן ווערן מיט וואסער ווי א רעגן סינק אדער שאוער.
און יעצט צו דיין פראגע: יאפ!, אויב ווילסטו ליינען די אימעילס אין בור קענסטו עס דעפיניטלי נעמען מיט זיך אין בור, אבער... ווי געזאגט זאל עס נישט ליגן אין וואסער, אויב ס'וועט אריינפאלן וועט אויכעט כמעט זיכער גארנישט געשען אויב מ'נעמט עס גלייך ארויס.
נישט אמת ידען
קיוט, פריש ווי משוגע....
אבער קיין סתירה מיט וואס איך האב געשריבן איז עס נישט. איך האב געשריבן אז עס וועט כמעט זיכער גארנישט געשען אויב עס וועט אריינפאלן אין וואסער, למעשה איז דאס טאקע געשען און עס איז ארויס ב"ה גאנץ. אבער... עס איז נישט וואסער פרוף און אויב עס גייט ליגן לאנג אין וואסער - ווי טיפער איז ערגער - וועט עס נישט אויסהאלטן, און ווען עס וואלט ווען געווען וואסער פרוף וואלט עס יא.