געלעקסי S5

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9031
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

געלעקסי S5

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך פאברואר 19, 2014 11:26 am

"הכונו הכונו" שרייען די פלאקאטן.... דער סמארטפאון מאניופעקטשערער ריז סעמסאנג גרייט זיך אט אט ארויסצוקומען מיט זייער קומענדיגער סמארטפאון פון זייער פלעגשיפ ליניע די געלעקסי עס.

סעמסאנג האט פאררופן אן איווענט אום פעברואר 24 צום עפענונג פונעם 'מאוביל ווארלד קאנגרעס', זיי רופן דעם איווענט 'אנ-פעקד 5'. ווי פארשטענדליך זעט יעדער אין דעם נאמען א רמז אויפן באווייז פונעם געלעקסי S5 דארט, כאטשיג סעמסאנג האט נאכנישט דערמאנט וואס מ'גייט דארט אנ-פעקן.

איז לאמיר אביסל אריבערגיין צו די רומערס און ליעקס איבער חידושים וואס גייען קומען מיט דעם פאון:
  • עס גייט מיטקומען מיט דעם א געלעקסי גיער - אזא כמו סמארטוואטש וואס דער נאוט 3 האט שוין באקומען, אבער דא גייט עס לויפן אויף דער 'טייזען' פלאטפארמע - וואס איז אינגרויסנטייל סעמסאנגס אייגענע פלאטפארמע - און נישט אויפן ענדרויד פלאטפארמע.
  • עס גייט האבן א פינגערפרינטס סקענער אריינגעבויעט איעם האום באטטען, וואו מ'וועט דארפן סווייפן דערויף דעם פינגער. דאס וועט גענוצט ווערן סיי פאר סעקיורעטי פארן פאון לאק, און ווי אויכעט גייט מען קענען איינשרייבן אז געוויסע פינגערס ווען מ'ווייפט זיי זאל געטון ווערן געוויסע טעסקס.
  • א זעכצן מעגא-פיקסעל קעמרע [דער S4 האט 13].
  • 3 גיג רעם! [דער S4 האט נאר 2, און דער אייפאון 5S האט נאר 1].
  • א ספעציעלער נייער פלעש וואס וועט געבן מער ליכטיגקייט און וועט מאכן מער א נאטירליכע שעידינג.
דער פריסטער שאצונג ווען עס וועו זיין צו פארקויפן אין ריטעיל געשעפטן איז נישט פאר סוף מארטש, און אסאך זענען משער אויף שפעטער.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך פאברואר 19, 2014 3:20 pm

ישר כח פאר די אפדעיט.

קוקט אויס ווי סעמסאנג וויל צוביסלאך אוועק גיין פון די ענדרויד פלאטפארמע?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך פאברואר 19, 2014 3:24 pm

יישר כח פאר די נייעס, עס הייסט אויך אז אויף די S5 וועט סעמסאנג נישט אזוי שטארק טוישן די ענדרויד אויסזעהן און צולייגן אלע זייערע bloatware

לאמיר האפן...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9031
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך פאברואר 19, 2014 3:36 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:ישר כח פאר די אפדעיט.

קוקט אויס ווי סעמסאנג וויל צוביסלאך אוועק גיין פון די ענדרויד פלאטפארמע?

הונדערט פראצענט אזוי! נאר אזויווי 'משנה מקום' האט געשריבן דא אויבן אין דעם אשכול וועט זיי דאך דער עולם נישט נאכטאנצען אויב זייער פלאטפארמע איז נישט נאנט צו ענדרויד, און אוודאי נישט אין כמות פון עפפס. אבער דאס מיטן גיער איז א שטיקל מהלך, ווייל ס'איז דאך נישט דא עכט קיין געהעריגע ענדרויד עפפס פאר א סמארטוואטש, און אפילו אין זייער ערשטער גיער האבן זיי טאקע גענוצט דער יסוד פון ענדרויד אבער ס'האט כמעט מיט ענדרויד נישט געהאט קיין שייכות, וועט זיי זיין גרינגער אנצוהויבן מיט דעם.

אבער דאס איז נישט אלעס לגבי נייעס פונעם 'טייזען' פלאטפארמע'....

עס ווערט אויכעט ערווארטערט אז סעמסאנג וועט ביי דעם MWC ווייזן זייער ערשטער סמארטפאון אויפן 'טייזען' פלאטפארמע, דער Samsung ZEQ9000, עס קוקט אויס צו זיין א מאשין מיט גאנץ גוטע ספעקס, און אפילו א בילד האט שוין געליקט, דער דיזיין איז גראדע גאנץ שיין ס'ענדעלט גאנץ שטארק אין די טייעלס פונעם ווינדאוס פאון.

ווער ווייסט צו אין א יאר צוויי וועט שוין ענדרויד זיין אראפ פון מאפע?!
Samsung-Tizen-Phone-ZEQ-9000.jpg
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך פאברואר 19, 2014 3:45 pm

און דאכטזיך אז ווינדאוס שלאפט אין גרויסן, נאך נישט געהעריג געליינט, אבער כקמיין זיי קומען נישט ארויס מיט א נייע פאון יעצט, ווי אלע אנדערע. גאנץ א גוטע סטראטעגיע אריין צוכאפן די "אוהבי ווינדאוס".

סעמסאנג איז דאך א ריז שבריז, און דאס מאכט אז זיי זענען אזוי שטארק אין די וועלט, פאר יעדע איין אייפאון אדער בלעקבערי און ווינדואס מאדעלס אינאיינעם, האט סעמסאנג 20 שטיק.

און לכאורה איז דאס ענדרוידס שטארקייט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג פאברואר 20, 2014 7:15 pm

בלומבערג זאגט די נייע S5 וועט האבן א 5.2 אינטש סקרין און א בעסערע רעזולוציע ווי די S4, אויך וועט עס קאסטן ביליגער ווי די S4 - ווייל אזוי ווילן די קעריערס

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג פאברואר 20, 2014 7:23 pm

וויפיל אינטשעס איז די S4 סקרין?
kraitchmah עט גימעיל

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג פאברואר 20, 2014 7:28 pm

5.0 אינטשעס

1920 ☓ 1080 פיקסעלס

441 פיקסעלס פער אינטש

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג פאברואר 20, 2014 7:34 pm

דאס הייסט אז דער S5 וועט זיין גרעסער???
kraitchmah עט גימעיל

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג פאברואר 20, 2014 7:37 pm

שנאפס האט געשריבן:דאס הייסט אז דער S5 וועט זיין גרעסער???

יא

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג פאברואר 20, 2014 7:38 pm

העט מען מוזן רעדן צו וויזנער דריי גודס ער זאל מאכן גרעסערע העמד טאשן
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג פאברואר 21, 2014 1:57 am

שנאפס האט געשריבן:העט מען מוזן רעדן צו וויזנער דריי גודס ער זאל מאכן גרעסערע העמד טאשן

כ'וויס נישט וועגן וויזנער, אבער כ'דענק אז עס איז כדי צו אינוועסטירן אין "בראך פאסיקס"!! עטס געזען די כלים וואס די אינגעלייט דרייען זיך ארום לעצטענס פאר א טעלעפאון??

א שרעק! עס זאל נאר נישט ברענגען "גלאובל קולינג", צוליבן פארשטעלען פון די זון וואס געשענט פון די ריזן כלים.

(אויב ווייסט איר נישט וואס א בראך פאסיק איז, דאן זענט איר פון די דור אינגעלייט וואס האבן די ריזן כלים)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג פאברואר 21, 2014 3:26 pm

"בראך פאסיק" חחחח... געווען אמאל צייטן.. יו...

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מאנטאג פאברואר 24, 2014 2:31 pm

ווי באקאנט (אפשר נישט) גייט היינט סעמסאנג האסטן א איווענט אזוי ווי עפעל מאכט יערליך ווי זיי גייען אפיציעל ווייזן די נייע געלעקסי 5S. מען קיקט שטארק ארויס צי זען אויב זיי גייען האבען עפעס זאכליכע חידושים.
האט איינער מיטן נאמען SaudiAndroid@ געליעקט עטליכע בילדער פין די 5S דער עולם איז ביזי מיט דעם ווייל עפעס אנדערש איז נישט דא.
צוגעלייגטע
image.jpg

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מאנטאג פאברואר 24, 2014 2:32 pm

נאך איינס
צוגעלייגטע
image.jpg

אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

תגובהדורך פייווישעל » מאנטאג פאברואר 24, 2014 3:07 pm

עס האט א גרעסערע סקרין אין די לענג. א גרעסערע בעטערי 2800mah. א בעסערע קעמרא. פינגערפרינט סקענער. א קינדער מאוד. אין א אפשען אז מזאל נאר קענען עפענען בילדער אין עפפ'ס מיט די פינגערפרינט
איפה פייוויש?

דא בין איך

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מאנטאג פאברואר 24, 2014 3:10 pm

נישט דא קיין ערענסטע חידושים לויט CNET
א 5.1 אינטש סקרין פינגער סקענער אין פיר קאלערס (אזוי ווי אייפאון 5c) אין א הארץ מאניטער.....
נישט קיין סאך אנדערש פין די 4s
פייוויש האקט

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג פאברואר 24, 2014 11:03 pm

די עס פיר האט א פינגער פרינט סקענער?
לעצט פאראכטן דורך פאטאקי08 אום דינסטאג פאברואר 25, 2014 9:24 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9031
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג פאברואר 24, 2014 11:06 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:די עס פירנהאט א פינגער פרינט סקענער?

ניין.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9031
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

געלעקסי S5 ספעקס און פיטשערס

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך פאברואר 26, 2014 12:38 pm

מ'האט שוין אויפגעדעקט די ליילעך פון סודות, און עס האט זיך באוויזן וואס איז אונטער די מחיצה פארשטעקט געווען. ווי יעדער איינער האט געזאגט בעפאר האט מען ביים 'אנפעקד 5' איווענט פון סעמסאנג מאנטאג ביים מאוביל ווארלד קאנגרעס געוויזן דער נייער פאון פונעם געלעקסי סעריע, דער געלעקסי S5.

נאך וואכן פון רומערס און אזויגערופענע ליעקס, נאך וואכן פון שפעקולאציעס, ברויך מען מאכן א סך הכל פון די זאכן וואס זענען למעשה יא נתחדש געווארן אויף דעם פאון. אט איז 'קנאפער ידען' באריכטעט לייוו [פון מיר אין אפיס] פאר ק.נ.א. טעכנאלאגיע נייעס אפטיילונג. מ'וועט קודם שרייבן די אמת'ע זאכן און דערנאך זען וואסארא זאכן זענען סתם געווען שטותים:

  • דער נייער געלעקסי גייט זיין 'וואסער און שטויב רעזיסטענט'. דאס הייסט אז עס וועט ווערן אנגעגאסן מיט וואסער וועט מען זיך אפווישן די נאז... כ'מיין צו זאגן די סקרין און גיין ווייטער! נישטא מער קיין פראבלעם פון עס ארויסנעמען אויפן גאס אין א רעגן.
  • עס גייט פארמאגן א 'אלטרע פאוער סעיווינג מאוד'. וואס אויב מ'אקטיוויזירט עס וועט זיך אויסלעשן אלע אומוויכטיגע עפפס און פיטשערס און אפן לאזן נאר די עסענטשעלס ווי קאלס און טעקסט מעסעדזשעס, און עס וועט ווערן א שווארץ און ווייסע סקרין, און ס'וועט האלטן די בעטערי לעבעדיג פאר אן אבנארמאלע צייט, די דוגמא איז געווען אז א בעטערי וואס האלט ביי צען פראצענט וועט האלטן אין סטענד-ביי פאר גאנצע פיר-און-צוואנציג שעה, און א פולער טשארדזש וועט אים געבן נישט ווייניגער ווי פופצן טעג! אין סטענד-ביי.
  • עס וועט פארמאגן א 'פינגער סקענער' אינעם האום קנעפל. וואס וועט דינען אלץ גוטער סעקיורעטי מיטל פאר די פאון לאק, ווי אויכעט וועט עס קענען דינען אין געוויסע עפפס וואס דארפן א פעסווארד ווי למשל צו שיקן געלט וכדו' וואס מיט א סווייפ פונעם פינגער אויפן האום קנעפל וועט זיין אסאך גרינגער צו וועריפייען אז ער איז עס. עס וועט קענען האלטן דריי פינגערפרינטס.
  • אויכעט וועט דער פאון פארמאגן א 'פרייוועט מאוד' וואס ווען מ'צינדט עס אן וועט זיך פארשפארן געוויסע עפפס - לדוגמא דער פיקטשער גאלערי אדער די אימעילס - און מ'וועט עס נאר קענען עפענען מיטן פינגערפרינטס אדער א לאק. ווי אויכעט וועט מען קענען פארשפארן נאר געוויסע בילדער ווידיאוס אדער דאקומענטס פון צווישן אנדערע.
  • אויכעט וועט עס פארמאגן א 'קינדער מאוד' וואס מ'וועט גרינגערהייט קענען סוויטשען אהין ווען מ'וויל לאזן דער קינד נוצן דער טעלעפאן. עס וועט פארמאגן א ספעציעלע קינדערישע דעזיין מיט געוויסע פרי-אינסטאלט געימס און קינדער עפפס, ווי אויכעט וועט מען קענען אריבערלאזן וועלכע עפפס מ'קלייבט אויס אז דער קינד זאל קענען נוצן.
  • גיימיר אריבער צום חלק הקעמרע שבו. קודם איז עס א 'זעכצן מעגא-פיקסעל קעמרע'. צוגעלייגט דריי מעגא-פיקסעל פונעם S4'ס דרייצן. עס קענען כאפן '4K אלטרע היי דעפינישאן' ווידיאו [3840 פיקסעלס ביי 2160 פיקסעלס].
  • ס'גייט זיין צו באקומען אין פיר קאלירן, אבער נישט די פשוטע סארט קאלירן ווי אין די אייפאון 5c, נאר מער שיינע קאלירן ענדליך צו די אייפאון 5s.
  • נאך א היבש נוצבארע זאך וואס זיי האבן געמאכט איז עפעס וואס הייסט 'דאונלאוד באאסטער'. וואס דאס טוט איז אז אויב ס'איז אנגעצינדען וועט ביי גרויסע פייל דאונלאודס - מינימום דרייסיג מב - וועט דער פאון צאמשטעלן די ווייפיי קענעקשאן מיט די LTE דעטא קאנעקשאן און נוצן ביידע צוזאמען פאר א פאוערפול שנעלע דאונלאוד. עס האט א לימיטעישאן אז כדי עס צו נוצן מוז איינער פון די קאננעקשאן'ס זיין עטליעסט פיר מאל שנעלער ווי די צווייטער.
  • זיי האבן צוגעלייגט אפאר גוטע פיטשערס צום 'עס העלט' עפפ. איינס איז 'עקסערסייז' וואס איז א כל-בו פאר איינער וואס מאכט עקסערסייז, אינקלודינג האלט חשבון אויף ווי גוט די עקסערסייז איז, וואו סאך - לאנג - שנעל מ'איז געגאנגען, ועוד. דערנאך איז דא דער 'הארטרעיט' וואס וועט מיטן צולייגן דער פינגער צו א סענסאר גלייך אונטער דער קעמרע לענס און עס וועט מעסטן די הארץ-ביעט רעיט.
  • אויפן האום סקרין ווען מ'סווייפט ארויס פון רעכטס, האבן זיי צוגעלייגט א 'מיי מאגעזין' אינטערפעיס, וואס איז דער סמארטפאון ווערסיע פון סעמסאנגס 'מאגעזין UX' אין זייערע לעצטערע טעבלעטס. דארט וועט מען האבן א אונטער-איין-דאך נייעס האב, וואו מ'וועט קענען באקומען פידס פון נייעס קוועלער אדער טוויטער אקאונטס, אלעס לויט וואס מ'שטעלט אן פון בעפאר.

און יעצט לאמיר זען וואס געוויסע האבן פאראויסגעזאגט - גע'דמיון'ט - און געוואלט עס זאל זיין, אבער ביזדערווייל [אויב אמאל] האט זיי סעמסאנג נישט געהאלטן ביים צופרידענשטעלן:

  • קודם דער בעק דעקל איז געבליבן פלעסטיק, נישט ווי אסאך האבן געזאגט אז זיי גייען טוישן צו אלימיונים אזויווי די אייפאון האט. און געוויסע טענה'ען אז עס אסאך בעסער אזוי ווייל פלעסטיק אבזערווד אסאך אסאך בעסער שאק, במילא האט עס מער שאנסן איבערצולעבן א גוטע טראסק.
  • דער סעמסאנג טאטש-וויז סיסטעם עפפ איז נישט געטוישט געווארן אויף אזא פארנעם ווי מ'האט געהאט פרעדיקטעט, און עס איז נישט געווארן צוריקגעטוישט מער ענדליך צו די ארגיענעלע ענדרויד אינטערפעיס, נאר אביסל געפלעטענד די אייקאון בילדער, און געמאכט די אייקאון'ס ביי סעטטינגס מיט אזא רינדיכיגע מער-פשוט'ע דעזיין, ווי אויכעט אביסל א דינערע פאנט.
  • איינער פון די זאכן וואס מ'האט ווי געזאגט כמעט זיכערערהייט איז געווען א 3 גיג רעם - וואס איז שוין עקטשולי דא אינעם נאוט 3, אבער סעמסאנג האט זיך געהאלטן ביים S5 מיטן צוויי גיג ווי אינעם S4.
  • 64 ביט פראססעסער, ווי עפל האט געטון ביים אייפאון 5.
  • די אונטערשטע קנעפלעך, ווי אויכעט דער פינגערפרינטס סענסאר, זאלן זיין אויפן סקרין.

עס הייסט אז עס וועט זיין עוועיליבעל צו קויפן ערעגעצוואו אינמיטן אפריל.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מיטוואך פאברואר 26, 2014 12:47 pm

לכאורה מער חידושים ווי עפעל אין די פייוו עס

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך פאברואר 26, 2014 3:03 pm

ישר כח פאר די הערליכע באריכט, קנעפי!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך פאברואר 26, 2014 3:16 pm

ישר כחכם ידען

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך פאברואר 26, 2014 3:19 pm

הערליכע ריוויו! וואס מיינט דאס וואסער פרוף? מ'קען עס פון היינט און ווייטער נעמען אין בור?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9031
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך פאברואר 26, 2014 3:23 pm

געלעגער האט געשריבן:הערליכע ריוויו! וואס מיינט דאס וואסער פרוף? מ'קען עס פון היינט און ווייטער נעמען אין בור?

אויסדריקלעך נישט 'וואסער פרוף'! [קוק צוריק אין דער ריוויאו].
עס איז 'וואסער רעזיסטענט', דאס איז בעיסיקלי פשט אז עס מעג נישט ליגן אין א וואסער, אבער מעג באגאסן ווערן מיט וואסער ווי א רעגן סינק אדער שאוער.
און יעצט צו דיין פראגע: יאפ!, אויב ווילסטו ליינען די אימעילס אין בור קענסטו עס דעפיניטלי נעמען מיט זיך אין בור, אבער... ווי געזאגט זאל עס נישט ליגן אין וואסער, אויב ס'וועט אריינפאלן וועט אויכעט כמעט זיכער גארנישט געשען אויב מ'נעמט עס גלייך ארויס.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט