טעכנאלאגיע סעקיוריטי נייעס

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מומחה עצום

טעכנאלאגיע סעקיוריטי נייעס

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 12:07 am

א העקער האט זיך אריינגעכאפט אין א FTP סערווער פון די BBC און האט געוואלט פארקויפן די אינפארמאציע אויף אונטערערדישע וועבזייטלעך. אזוי האט באריכטעט א סעקיוריטי קאמפעני - Hold Security - וואס האלט אן אויג אויף די פארומס וואו העקערס דרייען זיך. די סערווער איז שוין פאראכטן אבער א ווארטזאגער פון די BBC האט זיך אנטזאגט פון קאמענטירן, טראצדעם וואס די נייעס אגענטור האט עס געמאלדן אויף זייער וועבסייט.

די סערווער איז נישט א קריטישע סיסטעם, עס ווערט גענוצט דורך אדווערטייזער און רעפארטערס צו אפלאודן פיילס און ווידיאו.
לעצט פאראכטן דורך מומחה עצום אום דאנארשטאג ינואר 02, 2014 2:24 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 12:38 am

העקערס סימפאטיש צו סיריע האבן היינט געהעקט די טוויטער, פעיסבוק, און בלאג קענטעס פון סקייפ, און ארויף געלייגט אנטיי NSA מעסעדזשעס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 7:16 am

ממש היינט געוואלט עפענען אזא אשכול, כ'האב עפעס א העק עפפ וואס האט יעדן טאג איין נייעס, האב איך געטראכט עס צו שערן.

מומחה'ס נייעס איז פארגעקומען אינעם גויאישן חגא טאג, מילא האט מען עס באמערקט אביסל שפעטער.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 11:02 am

נו העמער ווארטן פאר די היינטיגע נייעס.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 12:54 pm

'סנעפטשעט' איז אויך געהעקט געווארן היינט. מיליאנע יוזערס אינפארמאציע גערויבט

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 1:57 pm

געלעגער האט געשריבן:'סנעפטשעט' איז אויך געהעקט געווארן היינט. מיליאנע יוזערס אינפארמאציע גערויבט

און געליעקט, אויב איר נוצט סנעפטשעט קענט איר טשעקן דא צו אייער אינפארמאציע איז פארזיכערט.

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 2:30 pm

וואס איז דא סנעפטשעט?
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 2:42 pm

משזר האט געשריבן:וואס איז דא סנעפטשעט?

א סארט פריוואטע טשעט עפפ, וואו מ'קען אנשטעלן מעסעדזשעס און בילדער זאלן זיך דעסטרויען נאך א שטיקל צייט.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 2:54 pm

העקערס אין אייראפע האבן באוויזן צו גנב'נען קעש פון ATM מאשינען דורך אינסטאלירן וויירוסעס אין די ATMs.

זיי זענען געוואויר געווארן אז די מאשינען ארבעטן אויף ווינדאוס XP און אז עס איז דא א פארדעקטע USB פארט אויפן ATM. זיי האבן אראפגעבראכן די דעקל/פלעסטיק העכער די USB ארט, אריינגעשטעקט א USB, אינסטאלירט די וויירוס און צוריק פארדעקט, נאכדעם האבן די גנבים פשוט געדארפט צוגיין צום ATM און אריינלייגן א 12 נאמבער קאוד וואס דאן האט די סקרין געוויזן וויפיל געלט ס'ליגט אינעם ATM.

אבער כאפט נישט, לויט ווי עס זעהט אויס האבן די העקערס נישט געוואלט אז יעדער זאל קענען נעמען געלט, איז נאכן באשליסן וויפיל קעש מען וויל "נעמען" האט מען געדארפט אריינלייגן א צווייטע נאמבער וואס האט זיך געטוישט כסדר, און צו דעם האט מען געדארפט קאלן א צווייטן כאווער, וואס ער האט געהאט די נאמבער, און נאר דאן האט מען געקענט ארויסנעמען דאס שווער אנגעהארעוועטע רויב.

עס איז נישט ארויסגעגעבן געווארן וועלכע בענק זענען אפעקטירט געווארן, און אין וועלכע לענדער דאס האט פאסירט.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג ינואר 07, 2014 2:14 pm

wow ערנסט סאפיסעקירטע רויבער!

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » דינסטאג ינואר 07, 2014 2:22 pm

שוין געווען בעסערס,

אין טשעיס האבן רויבערס אינסטאלירט א סקענער אויף די פלאץ ווי מ'סווייפט אריין די קארטל אונעם ATM מאשין, אזוי האבן זיי באוויזען צי נאשען אסאך אינפארמאציע.

ס'איז דעמאלטס געווען א מדובר דא אויפן וועלטעל דערוועגען.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג ינואר 07, 2014 2:34 pm

אינטערסאנט קיינער האט עס נאכנישט געמאלדן.
ס'איז געווען בריכטעט אז דער יאהו וועבזייטל האט איבערגעלאזט מאלווער אין קאמפיוטערס וואס האבן איר גענוצט, אין געוויסע מדינות [אמעריקא איז נישט בכללם], פאר א המשך פון א חודש לאנג.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דינסטאג ינואר 07, 2014 2:40 pm

פלעכטער האט געשריבן:שוין געווען בעסערס,

אין טשעיס האבן רויבערס אינסטאלירט א סקענער אויף די פלאץ ווי מ'סווייפט אריין די קארטל אונעם ATM מאשין, אזוי האבן זיי באוויזען צי נאשען אסאך אינפארמאציע.

ס'איז דעמאלטס געווען א מדובר דא אויפן וועלטעל דערוועגען.


די USB וויירוס איז אסאך א טיפערע גניבה
זיי נישט גענאשט אינפארמאציע
זיי האבן ארויסגעריקט קעש
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דינסטאג ינואר 07, 2014 2:42 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:אינטערסאנט קיינער האט עס נאכנישט געמאלדן.
ס'איז געווען בריכטעט אז דער יאהו וועבזייטל האט איבערגעלאזט מאלווער אין קאמפיוטערס וואס האבן איר גענוצט, אין געוויסע מדינות [אמעריקא איז נישט בכללם], פאר א המשך פון א חודש לאנג.

די עדס אויפן זייטל
משנכנס אדר מרבים בשמחה

פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 11:36 am

תגובהדורך פאר דוקא » מיטוואך ינואר 08, 2014 8:22 pm

פלעכטער האט געשריבן:שוין געווען בעסערס,

אין טשעיס האבן רויבערס אינסטאלירט א סקענער אויף די פלאץ ווי מ'סווייפט אריין די קארטל אונעם ATM מאשין, אזוי האבן זיי באוויזען צי נאשען אסאך אינפארמאציע.

ס'איז דעמאלטס געווען א מדובר דא אויפן וועלטעל דערוועגען.

אין טידי באנק איז אויך געווען אזא מעשה, מען האט ארןיסגריקט פון הונדערטערר מענטשען געלט, ובתוכם אני הקטון

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך ינואר 08, 2014 9:45 pm

פאדאווקע, ווען איז דאס געווען?

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מיטוואך ינואר 08, 2014 11:32 pm

וויפיל געלט?
האסט עס צירוקבאקומען?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג ינואר 12, 2014 8:30 am

'טארגעט' האט פרייטאג אנאנסירט אז אחוץ די פערציג מיליאן קרעדיט קארד אינפארמאציע, פון אין-סטאר קויפונגען, וואס איז שוין פאר א חודש צוריק באריכטעט געווארן. זענען זיי במשך זייער אויספארשונג ארויפגעקומען מיט נאך אסאך א ברייטערע און ערגערע העקעריי, דאס עפעקטירט נאך זיבעציג מיליאן (!) איינקויפער, סיי אין סטאר און סיי אנליין, און די גע'גנב'עטע אינפארמאציע נעמט אריין קרעדיט-קארד אינפארמאציע נעמען מעילינג אדרעסן און אימעיל אדרעסן.
לעצט פאראכטן דורך קנאפער ידען אום זונטאג ינואר 12, 2014 2:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג ינואר 12, 2014 10:43 am

ווי אויך איז דא נאך א סטאר וואס איז געהעקט געווארן. neiman marcus
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג ינואר 12, 2014 10:50 am

קנאפער ידען האט געשריבן:'טארגעט' האט פרייטאג אנאנסירט אז אחוץ די פערציג מיליאן קרעדיט קארד אינפארמאציע, פון אין-סטאר קויפונגען, וואס איז שוין פאר א חודש צוריק באריכטעט געווארן. זענען זיי במשך זייער אויספארשונג ארויפגעקומען מיט נאך אסאך א ברייטערע און ערגערע העקעריי, דאס עפעקטירט נאך זיבעציג מיליאן (!) איינקויפער, סיי אין סטאר און סיי אנליין, און די גע'גנב'עטע אינפארמאציע נעמט אריין קרעדיט-קארד אינפארמאציע נעמען מעילינג אדרעסן און אימעיל אדרעסן.

פארוואס אנאסירן זיי אז מען האט זיי ג'העקט? זיי האבן נישט מורא אז עס וועט זיי בעק פייערן?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » זונטאג ינואר 12, 2014 11:40 am

וואס הייסט פארוואס. מ׳דארף טוישןן די פעססווארט נאכקיקען די אקאנט, דאס נישט ארויס געבן די אינפארמאציע איז א גרעסערע סקאנדאל ווי די העקען.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג ינואר 12, 2014 1:39 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:'טארגעט' האט פרייטאג אנאנסירט אז אחוץ די פערציג מיליאן קרעדיט קארד אינפארמאציע, פון אין-סטאר קויפונגען, וואס איז שוין פאר א חודש צוריק באריכטעט געווארן. זענען זיי במשך זייער אויספארשונג ארויפגעקומען מיט נאך אסאך א ברייטערע און ערגערע העקעריי, דאס עפעקטירט נאך זיבעציג מיליאן (!) איינקויפער, סיי אין סטאר און סיי אנליין, און די גע'גנב'עטע אינפארמאציע נעמט אריין קרעדיט-קארד אינפארמאציע נעמען מעילינג אדרעסן און אימעיל אדרעסן.

עס האלט שוין איבער 100 מיליאן!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג ינואר 12, 2014 1:53 pm

יעצט קומט אריין די נייעס אז העקערס סימפאטיש צו סיריע האבן געהעקט די טעקנעט בלאג פון מייקראסאפט blogs.technet.com און אויך די אפיציעלע טוויטער אקאונט פון מייקראסאפט נייעס MSFTNews@

מייקראסאפט האט שוין צוריק איבערגענומען קאנטראל פון ביידע.


אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג ינואר 12, 2014 2:28 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:'טארגעט' האט פרייטאג אנאנסירט אז אחוץ די פערציג מיליאן קרעדיט קארד אינפארמאציע, פון אין-סטאר קויפונגען, וואס איז שוין פאר א חודש צוריק באריכטעט געווארן. זענען זיי במשך זייער אויספארשונג ארויפגעקומען מיט נאך אסאך א ברייטערע און ערגערע העקעריי, דאס עפעקטירט נאך זיבעציג מיליאן (!) איינקויפער, סיי אין סטאר און סיי אנליין, און די גע'גנב'עטע אינפארמאציע נעמט אריין קרעדיט-קארד אינפארמאציע נעמען מעילינג אדרעסן און אימעיל אדרעסן.

עס האלט שוין איבער 100 מיליאן!

עס אז סך הכל הונדערט צען מיליאן!
פערציג פון דער ערשטער ברעך, און זיבעציג פון דער ניי אנדעקטער.
אדער ווי די נייעס אגענטורן לייגן עס אראפ: "איבער א דריטל אמעריקאנער!!!"
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג ינואר 13, 2014 4:15 pm

דאס מאל בין איך אויך פון די דריטל....

באקומען אימעיל פון טארגעט אז זיי געבן א יאר פריי איבערזיכט אויפן קרעדיט רעפעראט, צו קאנען האלטן אן אויג אז קיינער באנוצט זיך נישט מיט מיין אינפארמאציע ח"ו.


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט