קאמענטארן אויף "וויאזוי העקערס העקן"

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

קאמענטארן אויף "וויאזוי העקערס העקן"

תגובהדורך גוגל » דאנארשטאג יולי 04, 2013 10:20 pm

שכח מומחה, געווען די ערשטע ארטיקל וואס כ'האב דורכגעליינט

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » דאנארשטאג יולי 04, 2013 10:21 pm

און פאר איך פארגעס, א שכח פארן פאריכטען מיין קאמפיוטער.... אופס, שמן'ס קאמפיוטער, מיינס האסטו שוין פאראכטען א יאר צירוק

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » דאנארשטאג יולי 04, 2013 11:12 pm

WOW הערליך שיין אראפ געלייקט א דזאמבא שקויעך

מיר ווארטען אויף נאך סחורה !!!

אוועטאר
געלט_גייציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 8:42 pm
לאקאציע: 100 פלאנעט ערד ציווישן מארס און דשופיטער

תגובהדורך געלט_גייציג » פרייטאג יולי 05, 2013 1:43 am

יו בין איך געווען נייגעריג ווי אזוי דאס ארבייט. זייער שיין מסביר געווען. כ׳האב געמיינט די וועסט אויך שרייבן ווי אזוי א העקער קען אריינדרינגען אין מיין קאמפיוטער און בראוזען מיינע פיילס צו טוישן מיין לאקעל די ען עס. א זאך וואס כהאב אייביג מורא. יישר כח

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג יולי 05, 2013 8:49 am

זייער אן אינטערעסאנטע נושא און זייער גוט און קלאר געשריבן אז אפילו די אומוויסענדע זאלן עס אויך פארשטיין.
מיר ווארטן אויפן המשך.

און יישר כח פארן פארעכטן שמן'ס קאמפיוטער.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » פרייטאג יולי 05, 2013 9:08 am

מאנ-יימער האט געשריבן:זייער אן אינטערעסאנטע נושא און זייער גוט און קלאר געשריבן אז אפילו די אומוויסענדע זאלן עס אויך פארשטיין.
מיר ווארטן אויפן המשך.

און יישר כח פארן פארעכטן שמן'ס קאמפיוטער.

און א באזונדערע יישר כח פאר ארי' שפיגל...

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » פרייטאג יולי 05, 2013 11:04 am

גוגל האט געשריבן:שכח מומחה, געווען די ערשטע ארטיקל וואס כ'האב דורכגעליינט


מ'האט גלייך געזעהן אז דער ארי' שפיגל איז א מומחה עצום! :smile:

אגב וואס איז שלעכט מיט די ניק נאמען מומחה עצום?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג יולי 05, 2013 1:10 pm

מימחי, טענקס עי מיליען!

פיינע ווארע, פיין אהערגעשטעלט! נאוואדע, ס'דעך פון א "פיינע הארץ"!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » זונטאג יולי 07, 2013 5:20 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:מימחי, טענקס עי מיליען!
פיינע ווארע, פיין אהערגעשטעלט! נאוואדע, ס'דעך פון א "פיינע הארץ"!

אבער נאך ווי פיין!!!
ייש"כ פאר דיינע סחורה, שיין צולייגט, א געשמאק צו לעזן.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג יולי 07, 2013 5:50 pm

ישר כח מומחה!!!

דרך אגב א העש קען מען יא צוריקדרייען
דאס ווערט אנגערופן ענקריפשען און דאס ארבעט מיט א פאסווארד און אז מען האט די פאסווארד קען מען דאס דעקריפטען
סדא מער פארדרייטע און מער קאמפליצירטערע און סדא גרינגערגע ענקריפשען
(סהאט מיט ביינערי און סאיז דא 64 ביט ענקריפשען און 128 און אזוי ווייטער...)

דאס וואס דו זאגסט אז א וועב סייט וועט נישט האלטן אייער פאסווארד איז נישט ממש אזוי
רוב ערענסטע קאמפאניעס טוהן טאקע אזוי און אויך רוב פראגרעמס וואס מען ניצט צו מאכן א וועב סייט וועט זיין ענקריפטעד אן דעם וואס דער פראגרעמער זאל עס קענען דעקריפטען (גרינגערהייט שטייצעך...) למשל עי עס פי דאט נעט האט א אייגענע מעמבערשיפ לייברערי און די פאסווארד ווערט ענקריפטעד און סאיז היבש קאמפליצירט...
אבער סמוז נישט זיין אז יעדע וועב סייט ניצט אזאנס

ווי אויך איינמאל מען האט צוטריט צי א גאנצע דעטעבעיס קען מען שנעל (שנעל?? ווענד זיך וואו וואס ווען) דעקריפטען עני פאסווארד אפילו אן האבן דער ענקריפשען פאסווארד
וויאזוי?
זייער פשוט מען סעט זיך אויף א נייע יוזער אקאונט מיט א פעסווארד כזה: abcdefghijklmnopqrstuvwxyz
און די העש וועט זיין לאמיר זאגן כזה: aaabbbcccddd און אזוי ווייטער ווייס איך אז יעדע a ווערט א העש פון aaaa
און אזוי ווייטער...

וויאזוי זאגט נאר מומחה? ניצט נישט די זעלבע פאסווארד פון אייוועלט פאר אייער באנק אקאונט

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » מאנטאג יולי 08, 2013 7:33 am

העשינג און ענקריפשאן זענען צוויי אנדערע ענינים (הגם רילעיטעד). דו ווילסט מיר זאגן אז דו קענסט צוריקדרייען די העש פון א מולטי-גיגאבייט ISO פייל?!

(אויב יא, ביזטו א מיליאנער איבערנאכט...)
-----
שיינע ארטיקל, מומחה.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג יולי 08, 2013 10:17 am

ניין איך קען נישט...
אבער אז איך האב די ענקריפשען קי קען איך עס דעקריפטען דורך די זעלבע קאוד וואס מען האט געניצט עס צו ענקריפטען

אויב רעדסטו נישט פון ענקריפשען דאן זיי מוחל שטעל אהער א שיינעם ביאור
מיט דאנק פון פאראויס

בליץ
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

תגובהדורך בליץ » מיטוואך יולי 10, 2013 1:29 am

זייער א שיינע ארטיקעל, זייער א שיינע נושא..

היצט אביסעלע קריטיק..

מיר ווילען הערן נאך און די נושא, עס איז מיר געבליבען א זייער וואסערידיגע טעם און מויל, איך וואלט ווען געוואלט איין אזא גאנצע ארטיקעל פאר יעדע פון די 3 אפטייליגען יעצט ווייס איך גארנישט..

און עני קעיס איך האב זייער ענדשויט דיינע שרייב ארבייט... מעשי ידיך להתפאר..

בליץ
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

תגובהדורך בליץ » מיטוואך יולי 10, 2013 1:34 am

פאטאקי לפי ידיעתי וועט א פארגעשריטינע עקריפשן קלאס נישט פרעזענטירן יעדעס מאל די זעלבע קערעקטרס פאר די זעלבע אותיות.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך יולי 10, 2013 2:00 am

ווענד זיך וועלכע ענקריפשען קאוד
איינער וויל אן עקזעמפל?

בליץ
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

תגובהדורך בליץ » מיטוואך יולי 10, 2013 8:40 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:ווענד זיך וועלכע ענקריפשען קאוד
איינער וויל אן עקזעמפל?


איך קען דיר יעצט אויך שרייבן א עקריפשן. עס זאל נעמען אן א און מאכען א ב, וואס איך זאג איז אז א פראפעשנל קאמפעני האט א בעסערע אינקריפציע..

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10295
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מיטוואך יולי 10, 2013 9:48 pm

א גרויסן דאנק מומחה, שטארק הנאה געהאט פונעם ארטיקל.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » מיטוואך יולי 10, 2013 11:47 pm

מומחה אייזענע ארטיקל מיר ווארטען אויף די נעקסטע.
מומחה עצום האט געשריבן:
אבער וואס פאסירט אויב איר לייגט אריין אביסל סיקוועל קאוד אנשטאט די יוזער-נעים, דאן קען די סיקוועל פראגרעם ווערן צומישט און אייך אריינלאזן אין די וועבסייט, ווייל אז אלעס שטימט לאזט ער אייך אריין, פארשטיין זיך אז איר דארפט וויסן וואס אריינצולייגן און וויאזוי די ספעציפישע וועבסייט ארבעט, אבער דאס איז עס מער ווייניגער.



איך זעה נישט וויאזוי אזא זאך איז מעגליך, אויב למשל איך שטעל אן אין מיין פראגרעם אז ער זאל נעמען די טעקסט פין די טעקסט באקס אין קיקען אין דעטע בעיס צי עס איז נאך נישט דא אזא יוזער-נעים, וואס קען ער טיען מיט אביסעל סיקוועל קאוד? איך זעה נישט וואסער סיקוועל קאוד זאל קענען צימישען א קווערי...

----------
איך בין נישט זיכער איך וועל עס אויסטרייען.... אבער איך פארשטיי אז אויב די גייסט מאכן צוויי די זעלבע פעסווארדס וועט די אינקריפטעד פעסווארד ביידע מאל זיין די זעלבע (נאכאמאל איך בין נישט זיכער...) אויב איז עס טאקע אזוי זעה איך א וועג פאר העקערס...

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » דאנארשטאג יולי 11, 2013 9:33 am

פאטאקי08 האט געשריבן:אויב רעדסטו נישט פון ענקריפשען דאן זיי מוחל שטעל אהער א שיינעם ביאור
מיט דאנק פון פאראויס

העשינג איז נישט ענקריפשאן. ענקריפשאן וועט נעמען א פעסווארד און דערמיט פארדרייען די דאטא אויף אזא אופן אז צוריקצודרייען קען מען בלויז מיט'ן ארגינעלן פעסווארד. דעריבער וועט די סייז פונעם ענקריפטעד פייל געווענליך זיין ענליך צום ארגינעלן פייל סייז. די פייל וועט אבער זיין אומליינבאר אנעם פעסווארד.

העשינג איז אביסל א בחינה ווי גמטריא, עס גיבט דיר א סך הכל - א טאטאל, א העש - פון די דאטא. אויב טוישט מען אביסל ארום די דאטא וועט ארויסקומען א נייע העש. א העש איז געווענליך א פיקסד סייז, אפילו די דאטא סייז איז מולטי-גיגאבייטס.

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » דאנארשטאג יולי 11, 2013 10:12 am

מייקראסאפט האט געשריבן:איך זעה נישט וויאזוי אזא זאך איז מעגליך, אויב למשל איך שטעל אן אין מיין פראגרעם אז ער זאל נעמען די טעקסט פין די טעקסט באקס אין קיקען אין דעטע בעיס צי עס איז נאך נישט דא אזא יוזער-נעים, וואס קען ער טיען מיט אביסעל סיקוועל קאוד? איך זעה נישט וואסער סיקוועל קאוד זאל קענען צימישען א קווערי...

דא האט איר א נאיאווע ווערסיע פון סיקוועל וואס קאנפירמד א יוזערנעים און פעסווארד:

קאוד: וועל אויס אלע

SELECT COUNT(*) FROM Users WHERE Username = '{0}' AND Password = '{1}'

אונטער נארמאלע אומשטענדן, אויב דער יוזער לייגט אריין ריכטיגע אינפארמאציע, וואלט די סיקוועל אזוי אויסגעזען:

קאוד: וועל אויס אלע

SELECT COUNT(*) FROM Users WHERE Username = 'Jacob2' AND Password = '1234'

אויב עקזיסטירט אזא יוזערנעים און פעסווארד, וועט די סיקוועל צוריקגעבן 1, אז נישט 0 און די פראגראם וועט וויסן נישט אריינצולאזן דעם יוזער.

אויב מען איז אבער נישט פארזיכטיג, איז די ווערסיע א גרינגער קרבן פאר א סיקוועל אינדזשעקשאן אטאקע, דער אטאקירער וועט אריינלייגן א קינצליכן פעסווארד:

קאוד: וועל אויס אלע

HACKED'';SELECT 1--

דאס וועט פראדוצירן די פאלגענדע סיקוועל:

קאוד: וועל אויס אלע

SELECT COUNT(*) FROM Users WHERE Username = 'Hacker' AND Password = 'HACKED';SELECT 1--'

וואס וועט צוריקגעבן 1 און מעגליך אריינאלזן דעם יוזער.

ער קען פארשטייט זיך טון מער ווי דעם אויך, ער קען דיליטן דאטא, צולייגן דאטא און אזוי ווייטער.
דא פארמעקט ער דאטא:

קאוד: וועל אויס אלע

SELECT COUNT(*) FROM Users WHERE Username = 'Hacker' AND Password = 'HACKED';DROP TABLE Users--'

דא לייגט ער זיך צו אלס א יוזער:

קאוד: וועל אויס אלע


SELECT COUNT(*) FROM Users WHERE Username = 'Hacker' AND Password = 'HACKED';INSERT INTO Users(Username, Password) VALUES('Hacker', 'Hacker')--


אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג יולי 12, 2013 5:44 am

תרגום
א שיינעם דאנק אייך אויף דעם האמיר געווארט!!
וואס איז די -- נאך די סיקוועל פאר די ענדיג קוואוט?
איך קען עס נישט כאפן

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » פרייטאג יולי 12, 2013 8:19 am

ווי איידער ארויס שרייבןען די גאנצע סטיעטמענט
update selling_price set price = 0; האט ער געשריבען נאר די ערשטע צוויי ווערטער אין די ענדיג צי וואס די ווילסט....

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג יולי 12, 2013 1:24 pm

ניין
איך כאפ שוין
די צוויי -- איז אראפציווישן די לעצטע קוואוט וואס האט שוין נישט וואס צו זוכן דארט

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » פרייטאג יולי 12, 2013 2:15 pm

בינגאו! גוט צוגעטראפן.

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » פרייטאג יולי 12, 2013 2:19 pm

נער וואס איך בין....


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט