בלאט 1 פון 2

חברה! גייט נישט אויף די גאס!! גוגל זעהט אייך !!!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 11:40 am
דורך שוועמל
יענע וואך האט גוגל געלאונטשט אנייער אויפטרעף אינערהאלב גוגל מעפס, דהיינו מען קען זעהן די פונקטליכע גאסן און הייזער אויף יענעם גאס. אנדערש ווי גוגל סעטעלייט ביז יעצט האט מען בלויז געקענט זעהן די וויו פון די הימל און שווער געקענט זעהן אקטועל די הייזער און גאסן, אבער מיט גוגל סטריט וויו קען מען זעהן פונקטליך הייזער, טרעפיק לייטס, מענטשן, קארס, און גאסן. עס ווערט אפדעיטעד יעדע צוויי וואכן לויט גוגל.


נאך אביסל וועט גוגלס סעטעלייט אריינדרינגען אונטער אייער דאכענע... אלעס קען מען זעהן... גארנישט איז היינט נישט פארהוילן.

אייניגע טעג צוריק האט מען פארכאפט עטליכע פארשוינען וואס האבן געפלאנט אן אטאקע אויף קענעדי עירפארט נוצנדיג גוגל סטריט וויאו. ווער ווייסט צי די רעגירונג וועט דאס צולאזן צי אפשר וועלן זיין פארבאטענע זאנעס צו קענען זעהן מיט סטריט וויאו.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 12:08 pm
דורך יעקב אלי בראך
אוי שוועמעל שוועמעל, וואס האט מען פון זיך נישט דרייען אויף די גאסן, מ'זעהט דאך שוין אט אט באלד אריין אין יעדעם'ס דירה.

דאס איינציגסטע פלאץ ווי מען וועט קענען טון אלעס אן מורא האבן וועט זיין בלויז ביי אונז אין קרעטשמע..

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 12:43 pm
דורך מאשקע
שוועמל;
א לינק פליז.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 2:07 pm
דורך 3x0
דא שטייט אז זיי האבן גענוצט Google Earth.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 2:10 pm
דורך שוועמל

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 2:31 pm
דורך מאשקע
WOW, WOW און נאכאמאל WOW!!!
און נאכדערצו א VIEW מיט 360 דעגרי. כ'בין שפראכלאז!

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2007 2:02 am
דורך שוועמל
מאשקע;
אין פילאדעלפיע איז עס נאכנישטא האב איך געמוזט געבן א לינק ערגעץ פון ניו יוארק סיטי וואס איז פון די איינציגסטע פלעצער וואס פארמאגן שוין גוגל סטריט

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2007 2:26 am
דורך Jewboy
אמעיזינג

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2007 11:55 am
דורך מאשקע
שוועמל האט געשריבן:מאשקע;
אין פילאדעלפיע איז עס נאכנישטא האב איך געמוזט געבן א לינק ערגעץ פון ניו יוארק סיטי וואס איז פון די איינציגסטע פלעצער וואס פארמאגן שוין גוגל סטריט

אבער פארוואס דוקא "14 הופער"?
אקעי, שוין.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2007 2:00 pm
דורך איך_הער
ס'איז אנבעליוועבל, כ'האב אקארשט אפגעליינט די אויתיות פון א פאפא באס, אויף בעדפארד עוועניו.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2007 2:13 pm
דורך יעקב אלי בראך
און איך האב ממש יעצט אפגעליינט א שילד פון א רעסטעראנט.

זעהט אויס אז דיין קאפ לויפט אויף די תשב"ר, און מיינס אויף.. .. שוין בעסער מ'רעדט נישט

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2007 9:10 pm
דורך אלץ-ווייסער
לכתחילה בין איך געווען סקעפטיש, ווייל קענעדיג די טעכנאלאגיע פון סאטעליטן, ווייס איך אז קיין שום סאטעליט קען נישט אפכאפן אזוי קלאר פון אזוי ווייט.
נאכן זען די בילדער און לייענען די ארטיקלען, און זען אז זיי האבן דאס געכאפט מיט גרויסע טרי די קאמערעס (THREE D)
האב איך שוין פארשטאנען וואס זיי האבן געטאן
זיי האבן געכאפט בילדער פארענדיג, און דאס ארויפגעשטעלט אויף די גוגעל מעפ.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2007 9:11 pm
דורך אלץ-ווייסער
היינט האב איך אויך געזען אינעם טיימס, אז גוגעל פלאנירט אריינצוגיין אין די סעלפאן מארקעט.
און זיי גייען געבן די סאפטוועיר פאר אומזיסט (נוסח גוגעל) און מיט דעם אריינשניידן גאר טיף אין מייקראסאפט, פאלם און בלעקבערי.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2007 9:44 pm
דורך שוועמל
גוגל לדעתי נעמט איבער די וועלט. זיי זענען היינט צוטאגס מייקראסאפטס גרעסטע קאמפעטישאן, זיי געבן ווארד און נאך צענדליגער פראגראמס גענצליך אומזיסט. נישט אומזיסט קראכט IE7 גאר אפט ווען מען נוצט גוגל טולבאר, סיז נישט אויסגעשלאסן אז מייקראסאפט האט זיי נישט געוואלט ארויסגעבן די קאודס עס צו אינפעלעמענטן אין זייער סאפטוועיר.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2007 5:26 am
דורך קרעזי
גוגל. דאס איז די ווארט פאר די קומנדיגע יאר-הונדערט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2007 11:30 am
דורך מאשקע
אויב וועלן זיי זיין גרויסע ווייס-גייס, וועלן זיי האבן אזא סוף ווי אנדערע.
אבער לכאורה ווייסן זיי זייער גוט וויאזוי זיך אכטונג צו געבן דערפון, שלא תמות כדרך שמת פלוני.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2007 5:28 pm
דורך לאקשען ברעט
ווי געבען זיי ווארד אימזיסט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2007 10:19 am
דורך מאשקע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2007 12:34 pm
דורך בני היכלא
מאשקע
ווייס וואס איך גיי דיר יעצט זאגן, איך מוז דיר עס זאגן!
איר זענט א גוטער מענטש!,
איך מיין דיין עולם הבא גייט זיין, צו טון טובות פאר אידן, איך מיין צו טיילן מאשקע דארט אין גן עדן מקדם,
ווען איך וואלט געווען שטים בארעכטיגט וואלט איך געשטימט פאר דיר.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 10, 2007 1:22 am
דורך שוועמל
מאשקע האט געשריבן:אויב וועלן זיי זיין גרויסע ווייס-גייס, וועלן זיי האבן אזא סוף ווי אנדערע.
אבער לכאורה ווייסן זיי זייער גוט וויאזוי זיך אכטונג צו געבן דערפון, שלא תמות כדרך שמת פלוני.


כדרך שמת מי?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 10, 2007 9:02 am
דורך איך_הער
פלוני, קענסט אים נישט? א באקאנטער פיגור געוועזען.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 10, 2007 11:29 am
דורך מאשקע
דו ביזט נאך צו יונג צו געדענקען. וסימנך: IBM.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 10, 2007 1:19 pm
דורך שוועמל
אהה, גארנישט געפערליך, עס איז דא נאך איינער וואס דארף פליעהן בעפאר מ'נעמט זיך צו גוגל'ס ביינער, דאס איז מייקראסאפט

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 10, 2007 2:14 pm
דורך מאשקע
איך רעד פון איינעם וואס "איז שוין" געפלויגן.
פרעג נאר דיינע עלטערן ווי גרויס איי-בי-עם איז אמאל געווען, און קוק זיי אן היינט. מאיגרא רמא לבירא עמיקתא, און אפשר נאך טיפער.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 10, 2007 2:44 pm
דורך קרעמער
איך געדענק נאך די ריזיגע PAN-AM עירליין אימפעריע.
אבער די נאמען פונעם אשכול ברויך שוין לאנג געטוישט ווערן, און אירע שמועסן צוטיילט ווערן אין באזונדערע קאטעגאריעס.