בלאט 1 פון 1

מייקראסאפט סורפעיס

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2007 8:26 am
דורך נאטורליך
http://today.msnbc.msn.com/id/18928656

לייענט דעם ארטיקעל איבער א פראדזשעקט וואס זיי ארבעטען שוין דערויף פינף יאר, עס איז געווען אין געהיים ביז איצט.

וואס זאגט איר דערצו?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2007 10:15 am
דורך מעסטערמיינד
זייער אינטערעסאנט,

כ'ווייס נאר נישט פארוואס ער זאגט אז עס איז אזוי געהיים, כ'האב שוין געזעהן א קליפ דערפון אפאר חדשים צוריק, ווי ביל געיטס ווייזט עס, איין זאךמכ'געדענק נישט די דיזשיטעל קעמרע פארט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2007 10:24 am
דורך מאשקע
WOW WOW WOW!!!
דא איז דא א פרישע אפדעיט דערוועגן:
http://today.msnbc.msn.com/id/18937125

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2007 10:34 am
דורך סאכדעס
וואס איך זאג איז WOW. ער דארף נישט מאכן קיין ראלי פון דא ביז כ'ווייס וואו. ער מאכט עס שטילערהייט. איי איז ער גוט מיסטער געיטס.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2007 10:57 am
דורך מעסטערמיינד

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2007 11:57 pm
דורך אלץ-ווייסער
איך האב פינקט נעכטן געליינט (איידער כ'בין אריינעקומען אין קרעטשמע)
און ס'מערסטע איז מיר געפאלן דער עפיזאד:

נעם די דיזשיטעל קעמרע און לייג עס אויפן SURFACE און אלע בילדער וועלן זיך אויסשפרייטן אויפן טיש, ווי די שטערנס אויפן הימלישן האריזאנט.

ביל געיטס טראכט אז מיר זענען אזעלכע משוגעים און מיר וועלן אים געטרויען אז די מאשין וועט נישט פינקט דעמאלטס פארפרויען ווערן, און די שרעקדיגע בלויע סקרין וועט ארויפקומען.

NO MORE מיסטער געיטס.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 03, 2007 11:21 pm
דורך שוועמל
זייער אינטערעסאנטע אויפטרעף, אבער ס'יז נאך אלס באזירט אויף די זעלבע סיסטעמען ווי ביז היינט.

איך וואלט אים געראטן אויפצוקומען מיט א פשוטע דיגיטאלע קאמערע וואס זאל זיין ווייערלעס, בלוטוט אדער 11g. אזוינס וואס איך זוך שוין ווייסעך ווי לאנג.
אנשטאט דארפן כסדר זוכן דעם USB קעיבל וועט מען מיט א דרוק אויפן באטטאן דאונלאדן אלע פיקטשורס צום קאמפוטער ווייערלעסלי.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2007 11:14 am
דורך מאשקע
ס'איז שוין לאנג דא בלו-טוט קעמערעס.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2007 2:03 am
דורך שוועמל
מאש;
וועלכע קאמפאני?
אלינק ביטע

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2007 11:55 am
דורך מאשקע
אנטשולדיגט פאר'ן רעדן מיט אזא ברייטקייט. דערווייל איז נאר דא איין ברענד-נעים קאמפאני, קאודעק, וואס האט דאס געמאכט.
דא האסטו א לינק:
http://www.shopping.com/xPO-Kodak_EasyShare_V610
קוק אויך דא:
http://news.com.com/2300-1041_3-6064724 ... ne.gall.pg

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2007 3:55 pm
דורך לאקשען ברעט

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2007 4:08 pm
דורך סאכדעס
זעהר שיין, אבער וואס וואונדערט מיך איז וואס וועט דער ביזנעס מאן האבן פון דעם???

יא דער פאטאגרעפירער און דער מילטערישער מאן וועלן זיך נישט מוטשען מער מיט קיין מייז..

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2007 5:24 pm
דורך לאקשען ברעט
דער ביזנעס מאן וועט עס פארקויפען

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 28, 2010 3:10 pm
דורך thefact
ס'קאסט צווישן 12 און 15 אלפים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2012 10:05 am
דורך מומחה עצום
ווער געדענקט נאך?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2012 4:25 pm
דורך שנאפס
שוועמל האט געשריבן:זייער אינטערעסאנטע אויפטרעף, אבער ס'יז נאך אלס באזירט אויף די זעלבע סיסטעמען ווי ביז היינט.

איך וואלט אים געראטן אויפצוקומען מיט א פשוטע דיגיטאלע קאמערע וואס זאל זיין ווייערלעס, בלוטוט אדער 11g. אזוינס וואס איך זוך שוין ווייסעך ווי לאנג.
אנשטאט דארפן כסדר זוכן דעם USB קעיבל וועט מען מיט א דרוק אויפן באטטאן דאונלאדן אלע פיקטשורס צום קאמפוטער ווייערלעסלי.


דא איז דא א קענאן קעמרע פאר $214.95 מיט וויי פיי

http://www.bhphotovideo.com/c/product/8 ... 20_HS.html