בלאט 1 פון 1
איך זוך צו קויפען א IPOD
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 19, 2012 1:01 pm
דורך IMBZ
איך זוך צו קויפען לאו דווקה א אייפאד
נאר א טעכנאלאגיע וואס קען ערהאלטען דרשות
מאזיק ביכער אין זאל קענען פיטען אין טאש
איך קען מיר נישט אזוי גיט אויס מיט די כילים איז איינער וויליג מיר צו העלפען??
ווי קויף איך עס??
קויפן אן אייפאד
פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 20, 2012 11:47 pm
דורך הקטן
איך פארשטיי בכלל נישט וואס דיין קשיא איז פארוואס קענסטו נישא ארויפגיין ארויפגיין אויף ebay.com און זיכן פאר אן אייפאד און שלום על ישראל.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 21, 2012 12:49 am
דורך leiby
ביכער קענסטו נאר האבן אויף א אייפאד טאטש.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 21, 2012 1:15 pm
דורך תרנגול
הקטן האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט וואס דיין קשיא איז פארוואס קענסטו נישא ארויפגיין ארויפגיין אויף ebay.com און זיכן פאר אן אייפאד און שלום על ישראל.
ער זאגט דאך אז ער קען זיך נישט אויס מיט די כלים, מילא זוכט ער עמיצער זאל איהם ארויסהעלפן וואס צו זוכן אא"וו. פארשטייסט הקטן?
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 21, 2012 1:18 pm
דורך שנאפס
איך האלט אז אזא קטנות'דיגע תגובה וואלטן די מנהלים געמעגט אויסמעקן, אחוץ אויב מען וויל אויסלערנען דעם עולם וואס נישט צו טון
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2012 1:30 am
דורך הקטן
איך בעט אנטשולדינגונג פון אלע באטיילוגטע פאר די נארישע פראבלאמאטישע תגובה.
איך האב געמיינט צו פרעגן וואס איז אזוי שווער וואס מ'דארף זיך אויסקענען צוטרעפען עפעס אויף איבעי מיט א זוכעניש, אדרבה אויב האט ער ספעציפישע שוועריקייטן בענין איינקויפן אויף איבעי-עמעזאן וכדו' זאל ער עס מעלדן קלאר און מ'וועט איהם עס פראבירן צו העלפן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2012 6:46 am
דורך גוגל
הקטן האט געשריבן:איך בעט אנטשולדינגונג פון אלע באטיילוגטע פאר די נארישע פראבלאמאטישע תגובה.
איך האב געמיינט צו פרעגן וואס איז אזוי שווער וואס מ'דארף זיך אויסקענען צוטרעפען עפעס אויף איבעי מיט א זוכעניש, אדרבה אויב האט ער ספעציפישע שוועריקייטן בענין איינקויפן אויף איבעי-עמעזאן וכדו' זאל ער עס מעלדן קלאר און מ'וועט איהם עס פראבירן צו העלפן.
ער וויל איידיעס וועלכע מינע פון די 20 מינע אייפאדס צו קויפן
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2012 9:33 am
דורך IMBZ
גוגל האט געשריבן:ער וויל איידיעס וועלכע מינע פון די 20 מינע אייפאדס צו קויפן
ישר כח פארן פארשטיין
שנאפס האט געשריבן:איך האלט אז אזא קטנות'דיגע תגובה וואלטן די מנהלים געמעגט אויסמעקן, אחוץ אויב מען וויל אויסלערנען דעם עולם וואס נישט צו טון
איך מיין בכלל נישט קיין שלעכטס
איך פארשטיי נישט צו די אלע כילם בכלל
אין מיין ווייב מיטשעט מיר אז איך קען האבען אסאך ניצען דערפין
ממיילה ווער עס קען מיר מאסביר זיין וואס מען קען אלץ טיען מיט א אייפאד וכו
אין וועלכע איז די בעסטע וואלט איך באמת זייער דאנקבאר זיין פאר דעים
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2012 9:43 am
דורך גבריאל
IMBZ שנאפס האט בכלל נישט דיר געמיינט, ער האט פשוט אראפגערוסן דעם הקטן פאר קטנות'דיגע תגובה - פינקט פארקערט ער האט זיך אנגענומען פאר דיר
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2012 1:05 pm
דורך IMBZ
ישר כח יעדער
אבער קיינענער קען מיר נישט העלפין?
איז אייפאד טאקע אזא נישט ניצבארע זאך?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2012 1:35 pm
דורך מאנ-יימער
אויב זוכסטו אן אייפאד נאר פאר מוזיק דאן קויף די
אייפאד קלעסיק ס'איז די באקוועמסטע.
אודיאו ביכער קען מען האבן נאר אויף א
אייפאד טאטש
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2012 11:12 pm
דורך שטרוי
דזשאסט פאר די אינפארמעישאן; אייפאד קלעסיק דאכציך, קען מען נישט אידיש'ן, חבל.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 26, 2012 3:51 pm
דורך IMBZ
שכח יעדער
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 28, 2012 2:20 pm
דורך שאהן הענניטי
IMBZ האט געשריבן:איך פארשטיי נישט צו די אלע כילם בכלל
אין מיין ווייב מיטשעט מיר אז איך קען האבען אסאך ניצען דערפין
ממיילה ווער עס קען מיר מאסביר זיין וואס מען קען אלץ טיען מיט א אייפאד וכו
אין וועלכע איז די בעסטע וואלט איך באמת זייער דאנקבאר זיין פאר דעים
אויב איז דאס די קעיס, איז די ערשטע נוצען וואס מ'קען האבן פון אן אייפאד איז שטיל מאכן די ווייב.