בלאט 1 פון 1

גוגל גייט באצאלן קנס פארן שפיאנירן

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2012 9:14 am
דורך געלעגער
גוגל גייט באצאלן א טייערע פרייז פארן שפיאנירן אויף סאפארי בראוזער באניצער.

גוגל האט געהאט איבערגעקלוגט די סיסטעם און יא נאכגעקוקט ביי די סאפארי ניצערס וואו זיי דרייען זיך און וואס זיי טוען אויף די וועב, כאטש די יוזער האט געבלאקט אז מ'זאל אים נישט טרעקן. גוגל האט עס לכאורה געטון צו זען וואו עפפל קונדען דרייען זיך און וויסן וואס די עפפל חסידים גלייכן. אבער דאס שפיאנירן גייט זיין קאסטן א טייערע פרייז. זיי גייען באצאלן 22.5 מיליאן דאלער פאר די רעגירונג. און דאס איז די גרעסטע שטראף וואס א קאמפעני האט נאר אמאל באצאלט אין די היסטאריע. מיר גלייבן אז די FTC קען באשטיין אז גוגל זאל ברעכן נאך אפאר פרייוועסי געזעצן. וואס זיי טוען מיט אזויפיל געלט ווייס איך נישט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2012 9:17 am
דורך מי חכם
22 מיליאן מיט א מ' איז אזא גרויסער חידוש? עכ'פ פאר גוגלען איז דאס א שפיי אין ים. זיי האבן זיכער געמאכט סאך סאך מער געלט פונעם שפיאנירן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2012 9:47 am
דורך leiby
מיר באדערט בעיקר אז FTC מאכט געלט פארן טיהן עפעס קעגן "מיין" פרייוועסי, זאל איך מאכן די געלט, וואס עפעס זיי?
וואס טיען זיי טאקע מיט די געלט?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2012 10:27 am
דורך Shiala
זיי שפיאנירען אויף די שפיאנירער.....

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2012 10:38 am
דורך ווינקל
כ'בין נייגעריג אויב נאכן צאלן דעם קנס האבן זיי אפגעשטעלט דעם שפיאנירן אקט...

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2012 10:39 am
דורך leiby
זיי זאגן זיי האבן עס שוין אפגעשטעלט 09

פארעפענטליכט: שבת יולי 14, 2012 11:22 pm
דורך נאר נייעס
אליין געזאגט

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2012 1:45 pm
דורך שאהן הענניטי
אזא זאך וואלט זיכער שטארק געשאדט פאר זייערע אינדעקסעס האט מען געהערט עפעס אזאנס?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2012 11:31 pm
דורך מי חכם
מי חכם האט געשריבן:22 מיליאן מיט א מ' איז אזא גרויסער חידוש? עכ'פ פאר גוגלען איז דאס א שפיי אין ים. זיי האבן זיכער געמאכט סאך סאך מער געלט פונעם שפיאנירן.


היינט געווען אין די נייעס אז רי"ם (די בעלי בתים פון די אפשטארבענדע בלעקבערי ) גייט דארפן צאלן 147 גרינע מעלאנעס אין קנס. ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט, איז א וויטאג אז דאס געלט גייט נישט פאר מיר.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:23 pm
דורך thefact
מי חכם האט געשריבן:היינט געווען אין די נייעס אז רי"ם (די בעלי בתים פון די אפשטארבענדע בלעקבערי ) גייט דארפן צאלן 147 גרינע מעלאנעס אין קנס. ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט, איז א וויטאג אז דאס געלט גייט נישט פאר מיר.

רים וועט באצאלן די 147 מיליאן אין קנס פאר די עבירה פון פעטנט אינפרינדזשמענט (נישט פאר שפיאנירן ווי גוגל) און דאס געלט וועט גיין פאר איין קאמפאני 8 דאלער פאר יעדע בלעקבערי וואס זיי האבן פארקויפט אין אמעריקע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 10:49 am
דורך געלעגער
זיי גייען באצאלן די נישטיגע סומע פון 22.5 מיליאן דאלער קנס