בלאט 1 פון 3

הקמת מציבה - בלעקבערי

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 7:33 pm
דורך געלעגער
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע. ווי עס שיינט איז די ענדע פון די בלעק בערי עפאכע זייער נאנט. היינט איז באריכטעט געווארן אז זייערע סטאקס האבן געטראסקעט צו אונטער צען דאלער א שעיר. דאס לעצטע מאל ס'איז געווען אזוי נידריג איז געווען ניין יאר צוריק!

די טראסק היינט קומט נאכדעם וואס ספרינט און ווערייזן האבן געמאלדן אז זיי גייען אנפאנגען צו נעמען פרי-ארדערס פאר די סעמסאנג געלעקסי אויף וואס דער עולם ווארט שוין אויסגעדארשט.
בלעקבערי'ס האלטן צענדליגע שטאפלן אונטערשטעליג קעגן וואס סעמסאנג שטעלט דא צו. און וויפיל מאל מ'האט נאר געגעבן די מעגליכקייט פאר בלעקבערי ארויסצוקומען מיט עפעס וואס זאל צוריק אפקויפן דעם עולם זענען זיי אלס געבליבן מיט די זעלבע איידיעס און מיט די קלאצערישע זייגערל אויפן סקרין.
זיי גרייטן זיך צו באריכטן א פארלוסט אויף דעם יאר קווארטעל, און זיי גייען אויפזאגן ארבעטערס אין גרויסן.

די איינציגסטע זאך וויאזוי זיי האלטן נאך דעם עולם ביי זיך איז מיט זייער מעסענדזשער און בלעקבערי גרופעס וואס דאס האט דערווייל קיינער נישט נאכגעמאכט. אבער מיט יעדע פארבייגייענדע טאג ווערן מער און מער מענטשען אויפגעקלערט אז ס'לוינט זיך אויפצוגעבן אויף די איין מעלה קעגן די אנדערע מעלות וואס די אייפאון אדער די ענדרוידס שטעלן צו.

בלעקבערי האט אויפגענומען א גרופע באנקירן אז זיי זאלן איבערגיין און זען וואס מען קען נאך טון צו ראטעווען די מצב. אבער ווי ס'קוקט אויס זענען זיי צו שפעט און בקרוב וועלן זיי זיך צוזאמשטעלן מיט אייפאון אדער ענדרויד.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 9:42 pm
דורך שמו
אין דעם קול הציבור איז שוין געווען בילדער פון די הקמת מציבה

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 3:05 am
דורך מכטי1
שמו האט געשריבן:אין דעם קול הציבור איז שוין געווען בילדער פון די הקמת מציבה

;l;p- מ'רעדט שוין א לאנגע תקופה פון דעם, זעהסט טאקע אז מענטשען לאזען אפ דעם יאגדע?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 10:00 pm
דורך היימישער איד
אין דעם קול הציבור אידא א מציבה נאר פארן איי-פאון נישט פאר בלעקבערי.

מכטי1: יאגדע איז א סטארבערי דאכט זיך. מ'רעדט דא פון בלעקבערי.

לגבי דעם עצם ענין... כ'קוק שטארק ארויס אויף די הצלחה פון די פירמע, זייער מעלה איז פיל מער ווי בלויז בבמ כאטש דאס איז אויך נישט אוועקצומאכן.

אבער אפי' זיי גיין זיך נישט קענען ארויס דראפן פון די שווערע צייטן קען מען דאך שטארק האפן אז א אנדערע פירמע וועט זיי אויסקויפן און ווייטער אנגיין ביתר שאת (נישט פשט אז ס'איז אויס בלעקבערי, נאר אויס רים וד"ל)

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 11:06 pm
דורך געלעגער
ענדליך א תגובה וואס געהער אין די ביזנעס פארום..

זאג היימישער, וואס נאך האסטו געטראפן מיט וואס דער בב שטייט ארויס מער פון די אנדערע פאונס א-חוץ די מעסעדזשער און גרופעס?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 11:50 pm
דורך leiby
די טייפן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 3:09 am
דורך מכטי1
היימישער איד האט געשריבן:
מכטי1: יאגדע איז א סטארבערי דאכט זיך. מ'רעדט דא פון בלעקבערי.


ניין, יאגדעס איז בעריס אלע....
אריין אין שפראך פארום..

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 3:10 am
דורך מכטי1
leiby האט געשריבן:די טייפן.

כ'האב קיינמאל נישט עכט געטרייט, ס'איז גרינגער צו דריקען ווי א אייפון וכדומה?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 7:10 am
דורך Rabeiny
מכטי1 האט געשריבן:
leiby האט געשריבן:די טייפן.

כ'האב קיינמאל נישט עכט געטרייט, ס'איז גרינגער צו דריקען ווי א אייפון וכדומה?

כ'האב א בלעקבערי אן קיין אינטערנעט ממילא ניץ איך אפילו נישט בבמ, נאר פשוט ווייל די פאון איז א געוואלדיגע פאון לגבי טייפען, אפילו עס נעמט צו ריסטארטען 20 מינוט מיט דעם אלעם וואלט איך עס נישט סתם אוועקגעווארפן פאר די נארישע כלים מכלים שונים, וואס צו שרייבען איין ווארט מיז מען מעקן 8 מאל

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 9:47 am
דורך ווער בין איך?
יאפ! איך בענק מיר צוריק צו מיין בלעקבערי נאר פאר די קיבאורד.
יעצט בין איך איינגעזאלצן מיט מיין ווירטואל קיבאורד אויף מיין איווא וואס יעדער צווייטע ווארט דארף איך איבערטייפן צוויי אדער דריי מאל!
(אגב, מיין איווא טרי די נעמט איבער פינף מינוט עס צו ריסטארטן, נישט צופיל ווייניגער ווי מיין אלטע קוירוו)

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 9:50 am
דורך געלעגער
וואס איז טאקע פשט אז קיינער מאכט מער נישט קיין פול קיבארדס? ווייזט דאס נישט אז ס'איז נישטא קיין פארלאנג דערפאר?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 9:52 am
דורך שנאפס
געלעגער האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז קיינער מאכט מער נישט קיין פול קיבארדס? ווייזט דאס נישט אז ס'איז נישטא קיין פארלאנג דערפאר?


אמאל פלעגט מען מער דארפן די קיבאורד, די טעקסט מעסעדזשעס פלעגן זיין 160 קערעקטערס, היינט צוטאגס נוצט מען נאר 140 קערעקטערס

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 12:39 pm
דורך ווינקל
שנאפס האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז קיינער מאכט מער נישט קיין פול קיבארדס? ווייזט דאס נישט אז ס'איז נישטא קיין פארלאנג דערפאר?


אמאל פלעגט מען מער דארפן די קיבאורד, די טעקסט מעסעדזשעס פלעגן זיין 160 קערעקטערס, היינט צוטאגס נוצט מען נאר 140 קערעקטערס

;l;p-
בלעקבערי פען איז נישט מיין ניק... אבער איך בין אויך פון די וואס קוקן ארויס אז די סארט פאונס זאלן מצליח זיין.

איינס פון די שטערקסטע סיבות, כל זמן זיי אדווערטייזן זיך אלץ "ביזנעס מיינדעד פאונס" איז זייער פאוקעס אז ס'זאל האבן א רעספעקטפולער אימעדזש, די אנדערע אדווערטייזן און פאוקעסן אויף "אונטעטעימענט" האט עס אזא פנים. וידעתי אז פיל וועלן שפרינגן אז אלע אפציעס איז דא ביי יעדן וכו', עכ"ז יעך פארשטיי אז ס'איז א חילוק ווען מען צילט א געוויסע קלאס מענטשן, וד"ב.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 12:42 pm
דורך Shiala
יא יא די בלעקבערי קיעבאורד................... מיר וועלן זיך בענקען

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 3:47 pm
דורך דער קוטשער
גם אני אענה חלקי.

וויפיל איך הער פון מענטשן פאקן זיי איין אלע מורא'דיגע פאון'ס מיט די אימעיל שנעלקייט, בנוסף צום קיבארד אישו וואס איר זאגט דא.

איז צום האפן אז זיי זאלן בלייבן ביים לעבן.

און ביי די וועי, די נייעס'טע באלד נעמט נישט ריסטארן מער פון 2-3 מינוט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 4:54 pm
דורך thefact
דער קוטשער האט געשריבן:און ביי די וועי, די נייעס'טע באלד נעמט נישט ריסטארן מער פון 2-3 מינוט.

אמת'דיג? נישט מער ווי צוויי דריי מינוט? אנדערע פאונס דארף מען בכלל נישט ריסטארטן און אויב יא נעמט עס ווייניגער ווי 30-40 סקונדעס... אוטש... סאררי מ'האמיר'זיך נישט געקענט איינהאלטן, אייער פאוסט האט פשוט אויף געברענגט אלטע זיסע זכרונות פון די פאלם סענטרא ווען איינער האט געטראפן א עפפ וואס נעמט קעיר אז די פאון זאל נישט קראכן נאר איין מאל א טאג...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 5:03 pm
דורך פלאטשיגער
איך פלעג זיך באניצן יארן לאנג מיטן פאלם טריאו וואס האט זייער אן ענליכן קיעבארד צום בב, און אוועקגייענדיג צום ענדרויד מיט אנדער האלבן יאר צוריק איז מיר טאקע געווען די שווערסטע טויש דעם קיעבאורד חלק, אבער היינט צוטאגס באנוצענדיג זיך מיטן סווייפ קיעבאורד אויפן ענדרויד גייט עס שוין שנעלער פונעם בלעקבערי...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 5:42 pm
דורך leiby
ס'איז נישט אזוי שלעכט ווי מ'מאכט עס, מ'קען האבן געניג לאנגע קאנווערסעישאנס מיט די ווירטואלע קיבארד, ס'קען זיין מ'דארף כאפן וויזוי עס צו ניצן, נאכאלץ איז די בב געווען גרינגער.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 6:40 pm
דורך היימישער איד
צוליב די אנגיינדיגע מלחמה קייגן דעם אינטער-נעֶט האביך זייער באגרענציטע ציטריט צו דעם זייטל, ביז כ'בין געקומען משיב זיין האבן שוין אפאר געשריבן. העליך דעריבער נישט מגיב זיין.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 8:24 am
דורך געלעגער
איך וואלט נישט געוואלט אריין גיין אין די חילוקים פון בב ווערסעס אנדערע סמארט פאונס. אויב יא באלאנגט די אשכול אין די טעכנעלאגיע פארום, איך האב בעיקר געשריבן די ביזנעס חלק דערפון אז זייערע סטאקס פאלן דראסטיש און זיי האלטן אט אט ביים זיך פארקויפן.

אבער ס'איז מיר א גרויסע חידוש צו הערן אז מענטשען זיצן ביי בב וועגן די קיבארד. דאס הייסט אז אויב ענדרויד צו עפפל מאכן איינע פון זייערע פאונס מיט א קיבארד קענען זיי מיט דעם אוועק שלעפן נאך בב קאסטומערס? איז מיין שאלה אלס ביזנעס פערספעקטיוו, פארוואס טוען זיי דאס נישט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 8:33 am
דורך אויפריכטיג
Rabeiny האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:
leiby האט געשריבן:די טייפן.

כ'האב קיינמאל נישט עכט געטרייט, ס'איז גרינגער צו דריקען ווי א אייפון וכדומה?

כ'האב א בלעקבערי אן קיין אינטערנעט ממילא ניץ איך אפילו נישט בבמ, נאר פשוט ווייל די פאון איז א געוואלדיגע פאון לגבי טייפען, אפילו עס נעמט צו ריסטארטען 20 מינוט מיט דעם אלעם וואלט איך עס נישט סתם אוועקגעווארפן פאר די נארישע כלים מכלים שונים, וואס צו שרייבען איין ווארט מיז מען מעקן 8 מאל

.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 11:29 am
דורך thefact
דער גרויסער חכם (להרע?) סטיוו דזשאבס וואס האט ליידער פארשטאנען צום היינטיגן אינגווארג מער ווי די בעסטע מחנכים. שריי נישט איך רעד פון די גוי'אישע מחנכים... ער האט אויסגעפיגערט אז אויב מ'וועט מאכן א טעלעפאן אן א פיזישע קי-בארד קען מען מאכן סאך מער גלאטערע פיינערע עלעגאנטערע אויסגעפאלישטערע ציעדיגערע געשמאקערע מאדערענערע דעזיין'ס, ווייל ארויף צו פיטן א קי באורד אויף א פאון קומט אייביג אויפן חשבון פון שיינקייט, אדער ווערט די סקרין קליין ווי א בלעקבערי אדער ווערט דער גאנצער טעלעפאן שווער און דיק ווי א פאבליק פאון.

למעשה זעהט אויס אז ער האט געהאט א פוינט ווייל די מצב האט זיך געגעבן א דריי אזוי ווייט אז אלע גרויסע סעלפאון הארדווער פירמעס ווי למשל HTC מאכן עם אינגאנצן נאך, און אפילו די אנדערע דעווייסעס ווילמשל די טמא'נע טעלעוויזיעס און געים סטעישנס רעדט מען שוין אויך פון נוצן די נייע טרענד פון סעקאנד סקרין'ס (לכתחילה מיר ווארטן אויף א געהעריגע באשרייבונג דערוועגן...) אנשטאט די פארצייטישע רעמאט קאנטראלער.

איי וועסטו פרעגן (נישט די איי פון עפל...) וואס וועט מען טון וועגן די קיבאורד? איז פארהאן אסאך עצות

1. אויטאמאטיקלי קאררעקט - די יודע מחשבות וואס ווייסט וואס איר ווילט שרייבן נאר איידער איר אליין, און העלפט אייך ארויס ספעלן אפילו אזעלכע ווערטער וואס איר אליין האט נישט געדענקט אז די ווערטער עקזיסטירן בכלל אין די ענגלישע שפראך הלוואי אויפן געהעריגן קאמפיוטער געווינטשן אזא פיטשער.

2. סווייפ - וואס די אינגווארג וואס כאפן עס אויף זאגן אז ס'איז 'שנעלע און לייכטער' ווי א פיזישער קי-בארד און אויב דו האלטס אנדערשט ביזטו באלד אזוי 'אלט פארצייטיש' ווי יענע באבע וואס זאגט אז רעכענען אויף א ברוינע-פעיפער-בעג איז שנעלער און קראנטער ווי דער פארגעשריטענער קאלקיולעיטער וואס גייט איינעמען די וועלט אוון אויסהרגענען אלעמען...

3. סירי - מ'וועט רעדן צום לאמפ אנשטאט טייפן און דער מאשין וועט פאלגן אויפן ווינק, און ווער עס וועט אייך אנקוקן ווי אפאריקטער וואס רעדט צו זיך אליין קען גיין אין משוגעים הויז ווי ס'איז נאך דא די פאר לעצט פארבליבענע נארמאלע מענטשן...

4. קיבאורד קעיסעס - און אין א פאל וואס ס'וועט זיך מאכן אז ס'איז טאקע מער באקוועמער די פיזישע קי באורד למשל ווען די ווילסט טייפן אין די טונקל אדער אונטערן טיש אין שול וועט מען זיך אנייצע געבן מיט אן עקסעסארי וואס רופט זיך בלוטוט-אדער-ווייפיי-קאנעקטעד קי-באורד-קעיסעס וואס למעשה זאגן די יודעי דבר אז רוב מענטשן וואס האנדלען זיך דאס איין נוצן עס ממילא נישט נאך א שטיק צייט ווען ער געוואינט זיך צו צום טאטש קיבארד.

5. נוצן א פארצייטישע כלי ווי דער פערד און וואגן אופס.. בלעקבערי...

פארשטייט זיך דאס איז אלעס איז פונעם גוי'ס פרעספעקטיוו ווייל די ערליכע אידן נוצן דאך די אלע כלים מכלים שונים סייווי נישט און מיר וועלן בלייבן מיט די בלעקבערי עד זיבולא בתרייתא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 11:32 am
דורך שטארק זיך
דו ביסט גוט, דאס ״די פאקט״

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 11:40 am
דורך leiby
און מיר וועלן בלייבן מיט די פאקטא עד זיבולא בתרייתא!!
ער איז אין די גלייזן היינט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 12:44 pm
דורך געלעגער
וואס נאך קען איך טון אז "די פאקט" זאל זיך ווידער צופירן די הענט?