בלאט 1 פון 1

וועב קעמרע

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 3:40 pm
דורך מי יודע
איך מיין אז דאס איז דער נאמען וואס ס'האט באקומען ביים ברית

וואטעווער, איך דארף מיר איינהאנדלען א קעמערע פאר מיין קאמפיוטער צו קענען דיעלן מיט איינעם אין אויסלאנד פנים אל פנים, ווייסט איינער ווי מען הייבט אן און ווי מען ענדיגט, וואס איז א גוטע א ביליגע, איך זע דא אויף עמעזען פאר עטליכע דאלער, איז מיין שאלה צו איז דאס אפילו ווערט צו קויפן
http://www.amazon.com/gp/product/B004I1 ... 3BN6ZSO9A1

ווער האט עטוואס עקספיריענס?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 4:00 pm
דורך יואל שווארטץ
איך קען דיר אוועקגעבן מיין אלטע...
איך ווייס נישט צו ס'איז נאך ווערד.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 4:08 pm
דורך שמעק_טאביק
דו זעהסט דאך דארטן ביי די ריוויוס אז עס איז א גוט שטיקל פאר דעם פרייז. נאר איינער שרייבט דארט אז די קעיבל איז א קורצע, מער געאייגענט פאר א לעפטאפ.

עס לוינט זיך צו פרובירן פאר אפאר נישטיגע דאלאר. העכטנס אויב פאלסטו אריין ח"ו האסטו כמעט נישט געהאט קיין שאדן, און וועסט דאן קויפן א בעסערס.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 4:25 pm
דורך יוראפ
שמעק_טאביק האט געשריבן:עס לוינט זיך צו פרובירן פאר אפאר נישטיגע דאלאר. העכטנס אויב פאלסטו אריין ח"ו האסטו כמעט נישט געהאט קיין שאדן, און וועסט דאן קויפן א בעסערס.

גאנץ א גוטע געדאנק

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 12:38 am
דורך leiby
געקויפט א לאגיטעק פאר אונטער 20 ס'מאכט גאר א גוטן דזשאב, און האלט שוין אן א וויילע.