בלאט 1 פון 2

amazon tablet

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 02, 2011 2:39 pm
דורך אךשמח
דער לאנג ערווארטעטער טאבלעט פון עמעזאן איז שוין כמעט א פאקט, און אין בערך א מאנאט וועט מען דאס שוין קענען האבן.

עמעזאן פארקויפט דאס שוין אין גרויסן:

http://www.amazon.com/dp/B0051VVOB2/?ta ... da8bda85_b

איך וואלט עס שוין געווען באשטעלט אבער מיין פאליסי איז נישט צו באשטעלן זאכן איידער די 'רעוויוער'ס' קענען דאס געהעריג דורכקוקן און אפגעבן זייער שאצונג.

עס האט פילע מעלות און איך וועל שפעטער מער שרייבן דערוועגן, ווי אויך האט עס פארשידענס וואס מען ווייסט נאכנישט ווי עס וועט זיך אויסארבעטן:

http://news.cnet.com/8301-17938_105-201 ... ndle-fire/

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 03, 2011 5:31 pm
דורך ריק פערי
איך האב שוין אמאל געפרעגט די שאלה דערווייל קיין תירוץ, די טעבלעטס ארבעטן מיט וויי-פיי, סאו אויב האב איך נישט קיין וויי-פיי אין מיין הויז - אזוי זעה איך אויף מיין טעלעפאון - מיינט דאס אז אזא טעבלעט איז מיר ווערטלאז?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 03, 2011 5:35 pm
דורך מי חכם
אויף גאר אסאך טעבלעטס קען מען האבן געהעריגע 3g אדער גאר 4g סערוויס. אויף טייל קען מען האבן ביידע. און טייל קען מען נאר האבן איינס.

איך פארשטיי אבער נישט דיין פראגע. א לעפטאפ איז דיר ווערטלאז אינדערהיים? אוודאי דארף מען עסטאבלירן (און באצאלן) א געהעריגע דסל (אדער דייל אפ...) קאנעקשאן. וויאזוי ווילסטו האבן קאנעקשאן פון זיך אליין?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 03, 2011 7:21 pm
דורך סאדע_באטל
ווי איך פארשטיי, זאגט ריק פערי, אז די הויפט אויפטוה פון א טעבלעט איז ווען מען איז מחובר צום נעט. משא"כ א לעפטאפ האט אסאך אנדערע נוצן אן קיין אינטערנעט קאנעקשאן

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 03, 2011 7:51 pm
דורך שמעק_טאביק
דא האסטו א ערשטע-בליק אפשאצונג אויפן עמעזאן "פייער" טעבלעט.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 09, 2011 1:26 pm
דורך leiby
http://www.foxnews.com/scitech/2011/10/ ... eats-ipad/
5 סיבות מיט וואס די פייער איז בעסער פונעם אייפעד.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 09, 2011 2:09 pm
דורך tell.me.something
די שאלה איז וועגן די סערוויס. וועלן זיי האבן 3G/4G פאר ביליגע פרייז? אדער גאר פאר אומזיסט אזויווי די kindle 3G? אויב יא. איז עס א רעוואלוציע. אויב נישט איז די זעלבע ווי אלע ענדרויד טעבלעטס (אפשר אביסל בעסער. אבער בערך די זעלבע דזשאנק)

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 09, 2011 2:27 pm
דורך leiby
דזשאנק?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 09, 2011 2:29 pm
דורך מי חכם
דער קינדל 3ג האט אומזיסט סערוויס?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 09, 2011 3:06 pm
דורך leiby
יא, פאר א געוויסע סכום.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 09, 2011 3:08 pm
דורך מי חכם
פשט?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 09, 2011 6:46 pm
דורך לאז געמאכט
there is no 3g on that fire... wifi only same as the playbook.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 09, 2011 9:26 pm
דורך leiby
זיי זאגן אז צו לייגן 3G דערויף קען עס קאסטן א פרישע 100, איז עס שוין נישט אזא חילוק פונעם אייפעד.

מי חכם איך געדענק נישט יעצט די סיבה, אבער וויזוי איך טראכט איז, אז די קינדל איז דאך פאר בוקס, נו וויפיל אינטערנעט קענסטו שוין ניצן.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 09, 2011 9:39 pm
דורך מי חכם
עס קאסט הונדערט דאלער צו קענען האבן 3ג דערויף, אבער שטייצעך אז נאכדעם קאסט עס א חודשליכע אפצאל פונקט ווי יעדע 3דג פלאן, שטימט?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 09, 2011 10:40 pm
דורך שטארק זיך
leiby האט געשריבן:זיי זאגן אז צו לייגן 3G דערויף קען עס קאסטן א פרישע 100, איז עס שוין נישט אזא חילוק פונעם אייפעד.

נישט פאראן אייפעד קיין מיט טרי דזשי אונטער 615.00. די פינף הונדערט טאללערדיגע האט בלויז וויי ענדע פיי.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 09, 2011 11:15 pm
דורך leiby
מי חכם האסט צאמגעמישט 2 זאכן, כ'האב גערעדט די סיבה פארוואס עמעזאן לייגט נישט אריין די 3G סאפטווער אין די נייע, נאר מיין צווייטע שורה איז פאר דיר.

שטארק זיך האסט מיר אויך נישט פארשטאנען, ליין דא קאמענט 3

עמעזאן קינדל פייער

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 4:54 pm
דורך derech eretz
איינער האט דא א קינדל פייער און קען ארויסגעבן עפעס אינפארמאציע ארום דעם?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 9:54 pm
דורך אךשמח
יא. איך האב עס און כ׳בין זייער צופרידן דערפון.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 10:01 pm
דורך derech eretz
אךשמח האט געשריבן:יא. איך האב עס און כ׳בין זייער צופרידן דערפון.

ס'דא יעצט א גוטע דיעל איז לאמיר הערן,
1 איך דארף עס נאר אויף אינטערנעט מקען אויסמעקן אדער צושפארן אלע בוקס און געימס??
2 סדא עפעס א וועג צו פילטערן די וועב?
3 די בעטערי האלט לאנג?
4 זיי שרייבן אז די אונטערנעט איז זייער שנעל וועגן סאיז א נייע מין בראוזער, ס'טאקע שנעלער?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 10:16 pm
דורך אךשמח
פרעג דא און זאלן אנדערע אויך הנאה האבן און נישט דארפן ווארטן ביז איך ענטפער אין אישי.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 10:27 pm
דורך אךשמח
דער דיעל איז טאקע א סופער דיעל. נאך עטליכע חדשים פון עס נוצן האלט איך אז איך האב געכאפט א גוטע כלי און פאר צוויי מאות. פאר 150? Wow

איך ווייס נישט אויב מ׳קען אויסמעקן די געימס און בוקס. איך נוץ יא אמאל די בוכער אבער נישט די געימס, אבער ס׳שטערט מיר נישט אז ס׳ליגט דארט.

א פילטער מיין איך איז דערווייל נישט דא.

בעטערי האלט פיין. איך בין אסאך ביי א פלאג, דעריבער האב איך עס נישט געמאסטן.

בראוזער איז פיין און שנעל. נאו איידיע מיט וויפיל ס׳שנעלער ווי אן זייער סילק.

איך האף איך בין מיט עפעס העלפפול.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 10:32 pm
דורך derech eretz
יישר כח,
כקען מיך נישט אויס אבער אז די אונטערנעט קאנעקשן פון די הויז איז געפילטערט מיט JNET למשל, דארף דעס אויך לכאורה זיין געפילטערט, ניין?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 10:51 pm
דורך leiby
יא,
אגב דו קענסט עס מאכן פאר א געהעריגע ענדרויד, אין אזא פאל קענסטו ניצן געוויסע ענדרויד פילטערס.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 10:52 pm
דורך אךשמח
יא!

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 10:55 pm
דורך derech eretz
leiby האט געשריבן:אגב דו קענסט עס מאכן פאר א געהעריגע ענדרויד, אין אזא פאל קענסטו ניצן געוויסע ענדרויד פילטערס.

עני לינק וואס איז מסביר די פראצעדור?