בלאט 1 פון 1

סינטעטישע ליניעס; ווערייזאן פייאוס

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 16, 2007 4:42 pm
דורך שוועמל
www.verizonfios.com
<Play with FIOS
<FIOS Synthesis
Start Drawing

און מאכט שיינע ליניעס, געבויגען, גראד, קרום, עס וועט ווערן דערפון גאר שיינע מוסטערן געוואנדן אינעם ליניע זעלבסט.
און בכלל איז דער גאנצער סייט גאר רייך אין צוקנופטיגע אינטערנעט טעכנאלאגיע מיט אמעזירנדע אפעקטן און מייסטערהאפטע פיעטשורס.

נאטיץ: נישט געאייגענט פאר דייעל-אפ באנוצער.


צום ביישפיל האט איר עטליכע סעפמלען וואס איך האב געמאכט פריער אין די פאר פרייע מינוטן.
(פאר די וואס ווייסן נישט, אזוי מאכט מען סינטעטישע שייטלען)

פארעפענטליכט: שבת מרץ 17, 2007 9:17 pm
דורך שוועמל
ווער קען מאכן א שיינע שוועמל ?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2007 3:18 pm
דורך מאשקע
שוועמל;
כ'האב געהאט א סאך פאן, אבער קיין "שוועמל" איז מיר נישט געלונגען צו מאכן.
העמיר פרובירן אי"ה חוה"מ נאכאמאל.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2007 4:00 pm
דורך Anonymous
אפשר וואלט מיר איינער געוואלט געבן א 'קליינע' אויפקלערונג {בדיעבד איז גיט א 'גרויסע' אויך} פין וואס מען רעדט דא?!

איך שמערל האב אלץ געוויסט אז פייאוס איז א זאך וואס וואקסט אויף די צוויי זייטען פינעם מוח,
דערווייל זע איך אז ווערייזן שטעלט אויך צי פייאוס, בין איך שוין אינגאנצן צימישט!

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2007 4:08 pm
דורך מאשקע
די פיאות קען מען נאר באקומען מיט JNET... אדער קען מען קויפן א באטל ספרעי-פעינט און אנשמירן דעם בילד מיט פיאות...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2007 4:11 pm
דורך Anonymous
מאשקע, דיין תגובה דערמאנט מיר פין א סיין אויף לי עוו. וד"ל

איך ווארט אבער נאך אלץ אויף א הסבר פין וואס די מדובר איז

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2007 4:14 pm
דורך מאשקע
לויט ווי איך האב פארשטאנען (איך האב נישט אפגעלייענט די גאנצע דרשה), איז עס געצילט צו ווייזן וואס מ'קען אלץ טון מיט טעכנעלאגיע, אדער צו ווייזן ווי שנעל זייער אינטערנעט סערוויס קען זיין.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2007 4:34 pm
דורך קרעזי
איך ווייס נישט פארוואס אבער די אלע בילדער דערמאנען מיר פונעם "ארט בעל טאלק שאו", ווער עס ווייסט פון וואס איך רעד...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2007 4:36 pm
דורך Anonymous
קרעזי, ביסט נישט אליינ'ס, עפעס געדענק איך נאך פון אים.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2007 5:54 pm
דורך שמעק_טאביק
קודם כל, איך האלט אז דער אשכול באלאנגט ביי קאמפיוטער און טעכנאלאגיע.

והשנית, וועל איך מסביר זיין אין קורצן. איך ווייס נישט גענוי וואס די בילדער אויבן זענען, אבער FIOS איז א נייע טעכנאלאגיע, עס רופט זיך (די ר"ת) "פייבער אפטיק סערוויס", וואס דערווייל קען מען עס באקומען בלויז פון ווערייזאן. די נייע שנעלע סערוויס וועט שטעלן DSL שנעלקייט אין שאטן. עס טראנספערירט דאטא מיט א בליציגע שנעלקייט, ביז 50 מעגארבייט א סעקונדע - אין פארגלייך צו בערך 5 מ.ב.פ.ס. פאר די שנעלסטע DSL סערוויס, אדער 10 צי 15 מ.ב.פ.ס. ביי קעיבל.

דאס וועט זיין סיי פאר אינטערנעט, און סיי פאר טי.ווי. דאס מיינט אז ווערייזאן גייט אריין אין קאמפעטישאן מיט די טעלעוויזיע קאמפאניס. מיר אידישע קינדער האבן נישט די טמא'נע כלי, ממילא איז עס נישט שייך פאר אונז; אבער פאר אינטערנעט איז עס א מורא'דיגע זאך. עס קאסט דערווייל בערך 85 דאלער א חודש.

איי, וועט איר פרעגן, ווער דארף דאס? איז DSL אדער קעיבל נישט גענוג שנעל?, איז דער תירוץ (עבדים היינו), אודאי, פאר רוב בני אדם איז דאס מער ווי גענוג, אבער דער אינטערנעט וועט נישט בלייבן שטיין ביי די יעצטיגע טעכנאלאגיע, און עס וועט ווערן מער פארגעשריטן און מען וועט דארפן דאונלאודן און אפלאודן מער דאטא אין די זעלבע צייט. למשל, איינע פון די נייע זאכן וועט זיין אז מען וועט דאונלאודן מאוויס, אנשטאט אראפצוגיין רענטן מאוויס, וועט מען קענען דאונלאודן מיטן פולסטן קלארקייט פונעם אינטערנעט (אויך כמעט נישט שייך פאר היימישע אידן, הגם כל העולם לא נברא אלא בשבילי). היינט צו טאג זענען שוין פארהאנען קאמפאניס וואס טוען דאס, אבער עס נעמט לאנג, עס איז נישט אזוי קלאר ווי א טעיפ אליין (DVD Quality), אבער מיט די נייע שנעלערע וועט עס זיין פיל בעסער. א.א.וו.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2007 6:00 pm
דורך גאליציאנער
בס"ד

וועט די פרייזען פאר DSL אראפ גיין

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2007 8:25 pm
דורך שוועמל
שכוייח שמעק פאר דיין אויפקלערונג, נאר עטליכע הערות.
די שנעלקייט צו וואס פייאוס 'קען' צוקומען איז אזוי ווייט ווי "צוויי הונדערט" מב א סעקונדע! האט מיר א ווערייזאן טעקנישאן געזאגט אז למעשה גייט מען נישטאמאל ארבייטן אויף די פולע דערמאנטע ספיד ווייל ס'יז משוגע שנעל און עס פעלט פשוט נישט אויס דערווייל, עס איז נאך אפילו שנעלער ווי דיין אייגענע פראסעסאר ליינט פון דיין הארד דרייוו! דערווייל ארבייט מען אריינצוצוען די נייערע סארט פייבער אפטיקס דראטן עס זאל קענען סופפארטן ביז עפעס 16 20 מב, עס קען נאך געדויערן כאטשיג צוויי יאר ביז ניו יארק וועט עס האבן אין איר פולן קראפט.

אבער לויט ווי איך ליין און הער דא און דארט, מיין איך אז די 16-20 מב גייט אויך נישט זיין אקטועל ווייל ס'יז דא לעגאלע פראבלעמען פון די פסס וואס שטעלן אונטער פיסלעך איבער די סארט שנעלערע ספידס. ווען דו קוקסט אין דעם לינק פון ווערייזאן פייאוס וועסטו זעהן אז זיי אפפערן א נישטיגע ספיד פון 'אפ טו' 5 מב. וואס איז בכלל נישט אינטערעסאנט אפילו ווען דו קענסט האבן 5-6 מב מיט דסל פון עירטלינק פאר 40 -50 דאלער.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2007 8:14 am
דורך קרעזי
פארוואס זאג איך דאס אייך?

ווייל איך וויל איהר זאלט וואוסען!

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2007 10:16 am
דורך Anonymous
יישר כח,שוועמעל/שמעק טאביק

עפעס ווייס איך שוין,

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2007 10:10 pm
דורך שמעק_טאביק
דער אשכול איז נאך נישט גערוקט געווארן צו "קאמפיוטער און טעכנאלאגיע" - אויך באמערק איך אז קרעמער ירום הודו דרייט זיך נישט דא ארום לעצטנס. מען הערט נישט פון אים. אפשר האט עס א שייכות?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2007 10:27 pm
דורך שוועמל
עד כמה שאני יודע טוט קרעמער נישט קיין שום פעולת הצענזור, אלעס טוהען זייע אונטערשמשמים.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2007 11:47 pm
דורך איך_הער
שוועמל האט געשריבן:עד כמה שאני יודע טוט קרעמער נישט קיין שום פעולת הצענזור, אלעס טוהען זייע אונטערשמשמים.


דאמירן בעלמא. ווען ער וויל מאכט ער אליין. ער דרייט זיך נישט דא לעצטנס, איך האף אז אלעס איז אקעי מיט אים'ען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2007 2:45 am
דורך metsboy
למשעה FIOS קען מען כמעט נישט באקומען און ברוקלין, ביזדערווייל איז עס נאר און וועסטשעסטער,ראקלענד, חלק פון ני גרסי, די זאך אז ווי זאיס יא דא צו באקומען קענסטו גיין ביז מיין איך 35 מעגאביידס פ''ס אבער עס קאסט מער געלט. זיי אבען פרייזען פון אנגעפאנגען 5 ביז 35 מ''ב פ''ס. און גראדע זאיס גאנץ ביליג, א נישטיקע 30 דאלער קאסט עס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2007 11:58 am
דורך שמעק_טאביק
איך מיין אז ווער עס באשטעלט די FIOS, מוז אויך טוישן זיין טעלעפאן ליין צו א "דיזשיטעל" סערוויס. איך בין נישט באקאנט גענוי וואס איז פשט דערפון, אבער אזוי האב איך ערגעץ געליינט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2007 3:48 pm
דורך קרעמער
שמעק_טאביק האט געשריבן:דער אשכול איז נאך נישט גערוקט געווארן צו "קאמפיוטער און טעכנאלאגיע" - אויך באמערק איך אז קרעמער ירום הודו דרייט זיך נישט דא ארום לעצטנס. מען הערט נישט פון אים. אפשר האט עס א שייכות?


דער אשכול איז שוין יא גערוקט געווארן צו קאמפיוטער און טעכנאלאגיע, הגם נישט דורך מיר.

מיין אפוועזנהייט האט שייכות מיט די אשכול אין "אידישע און וועלטליכע נייעס" אפטיילונג, וואס רופט זיך "מיין אונטערנעט קאנעקשאן זויגט" (עפעס אזוי) עיין שם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2007 10:29 pm
דורך מאשקע

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2007 3:03 am
דורך שוועמל
שוועמל האט געשריבן:עד כמה שאני יודע טוט קרעמער נישט קיין שום פעולת הצענזור, אלעס טוהען זייע אונטערשמשמים.


אזוי האט מיר קרעמער אמאל געזאגט. קען זיין ער האט ליגן געזאגט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2012 6:03 pm
דורך ריק פערי
דא איז נישט די פלאץ אבער איך ווייס נישט ווי יא די מנהלים זאלן אים שטעלן אין פלאץ, אלזא גוגל גייט אקטיוויזירן זייער נייע 'גוגל פייבער אפטיק' נעטווארק אין קענסעס סיטי מיזורי, אויך אין קענסעס סיטי קענסעס, מיט א 'גיגא-בייט פער סעקאנד' ספיד!, נישט 20 מעגא-בייט נישט 100 מעגא-בייט, נאר א 'גיגא-בייט' פער סעקאנד, דאס איז בערך 100 מאל די עוורעזש שנעלקייט וואס א הויז פארמאגט היינט אין די פאראייניגטע שטאטן, גוגל גייט אויך פארקויפן טיווי סערוויס דורך די אינטערנעט, אזוי ארום צו מאכן מער געלט, 'דאס איז די פיוטשער פון די אינטערנעט' - זאגט גוגל, געוויסע זעען שוין דערין די אינטערגאנג פון א 'טיווי כלי' ווייל אלעס וועט לויפן דורך די אינטערנעט, גוגל האט אויך דעזיינט א ספעציעלע מאשין וואס מ'קען אינסטאלירן אינעם הויז, וואס נעמט אוועק די געברויך צו גראבן פאר פרישע ווייערס, און דאס ברענגט אטאמאטיש אראפ די קאסטן צו אינסטאלירן די פרישע נעטווארק, גוגל זאגט אז ביז 2020 וועט די סערוויס שוין זיין צו באקומען אין רוב סיטיס אין די פאראייניגטע שטאטן, די סערוויס גייט ארויף אין די אויבנדערמאנטע שטאטן יולי זעקס און צוואנציג.