בלאט 1 פון 1

געענדיגט מיטן וואש מאשין

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 4:23 am
דורך שוועמל
אין א ברעכעדיגע נייעס האט א פירמע אנאנסירט א ניי ערפינענע מאטעריאל, "נעווער-וועט" וואס לאזט נישט קיין פייכטקייט זיך אנכאפן אין בגדים.

מען שפריצט דעם מאטעריאל איין מאל אויפן קלייד און עס טרייבט פשוט אוועק יעדע סארט פליסיגקייט פון זיך.

די פראדוקט באשטייט פון 13 פאטענט-פענדיגס, און קומט אין פארם פון א ספרעי, די הויפט באשטאנדטייל איז סיליקאן און ארבייט ענליך צו "טעפלאן" (די ווייסע טעיפ פאר פלאמערס) וואס טרייבט אוועק וואסער פון זיך. עס פארמאגט כוחות פון היידרא-פאביק, היידרא-פיליק און אליא-פאביק וואס איז אויסגערעכענט אז ווי גלייך עס קומט אין בארירונג מיט ליקוויד זאל די נויטיגע כוח איבערנעמען מאמענטום און טוען זיין פעולה פון אוועקגליטשן דעם פליסיגקייט.

צו קויפן, גייט דא http://www.neverwet.com.
עס וועט זיין צובאקומען אנהויב יארע 12'.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 6:11 am
דורך farshlufen
עס סיען אן ...

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 11:40 am
דורך סביב העולם
געוואלדיג פאר מיינע טלעס קאטענס!
כ'מיין דאס וועט זיין די '12 יוניווערזעטי פרעזענט פאר מיין אידענע מערצע שעם

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 18, 2011 3:02 pm
דורך מומחה עצום
סביב העולם האט געשריבן:געוואלדיג פאר מיינע טלעס קאטענס!
כ'מיין דאס וועט זיין די '12 יוניווערזעטי פרעזענט פאר מיין אידענע מערצע שעם

א גוטער איינפאל