ראבאטן וואס קוקן אויס באוועגן זיך פליען ווי לעבעדיגע בעלי חי
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 03, 2011 12:53 pm

טעד איז א וועבסייט פאר מורא'דיגע זאכן. אויב איר זענט נאך קיינמאל געווען צו TED.COM און איר ווילט אייך אביסל אויסבלאזן, קענט איר אייך אמאל מאכן צייט צו גיין חול המועד האלטן און פארברענגען דארט א מיני וועב-וואקעישאן. עס איז ווערט! (פארגעסט נישט אראפצושרייבן אייערע געפינסן פאר אונז אייוועלט ליינער דער עולם וועט אייך דאנקבאר זיין...) זייער סלאגען איז "איידיעס וואס זענען ווערט צו פארשפרייטן" און איר וועט נישט טרעפן אויף זייער סייט עפעס וואס זאל זיך סותר זיין מיט דעם סלאגאן.
עס מאכט זיך זעלטן מיר זאלן האבן א געלעגנהייט דארט אפצושטאטן א באזוך אבער די וואך האמיר דארט אנגעטראפן א געוואלדיגע נייעס ס'איז גראדע נישט עכט קיין נייעס ווייל עס האט שוין פאסירט עטליכע מאנאטן צוריק אבער אינטערעסאנט איז עס נאך אלץ.
"א ראבאט פייגל!"
א ראבאט פייגל א מאשין וואס קוקט אויס און באוועגט זיך און פליט ווי א פאקטישער לעבעדיגער פויגל.
איינער פון די עלטסטע חלומות פון די מענטשהייט איז צו פליען ווי א פויגל. וויפיל שירים של קודש זענען שוין אפילו אויף דעם באפאסט געווארן, ווי דוד המלך שרייבט אין תהילים מיט אזא גלוסטעניש און נאסטאלאגיע "מי יתן לי אבר כיונה אעופה ואשכנה", פילע פארשער און סייענטיסטן האבן אין די לעצטע זעקס טויזנט יאר געפארשט און געזוכט צו דערגיין דעם סוד ווי אזוי א פייגל פליט ווער רעדט נאך עס צו קענען נאכמאכן.
א דייטשע טעכנאלאגיע פירמע, פעסטא, איז איבערצייגט אז זיי האבן אין יאר תשע"א לפ"ק באוויזן דעם ווינדער און זיי האבן דעוועלעפט א וואונדערליכער שאפונג וואס ווערט גערופן סמארט-בירד, א פליעדיגן ראבאט וואס קען ארויפפליען אין די לופטן נישט ווי אן עראפלאן נאר די זעלבע וועג ווי א פייגל דורך פאכען און פלאטערן מיט אירע פליגלען. אין דעם ווידעא, האט מארקוס פישער, דער קאפ פון פעסטא, געוויזן פאר א לעבעדיגן עולם "לייוו" וואס דער סמארט-בירד קען טאן.
דער דעזיין פונעם סמארט-בירד איז געצילט נאכצומאכן דעם הערליכן געבוי פונעם אייראפעיאישן "הערינג גאל" פייגל (רעכטס אונטן אויפן בילד), אין סייז איז עס א ביסל גרעסער ווי דעם "הערינג גאל", מיט א פליגל שטרעקע פון א צוויי-מעטער (בערך 6.5 פיס) און א קארבאן-פייבער סקעלעטן וואס וועגט בלויז 450 גראם! (אביסל ווייניגער ווי א פונט), דער בויך פונעם סמארטבירד איז פלעקסיבל ווי א לעבעדיגער פייגל און דאס טוט קאנטראלירן די פלי-ריכטונג. אבער אנדערש ווי א לעבעדיגער פייגל, קען דעם סמארט-בירד'ס באוועגונגען באגלייט ווערן פון דערווייטנס (רעמוטלי-קאנטראלירט) דורך ראדיא-זענדונדונגען.
די חידוש איז אז עס האט נישט קיין פראפאלשן סיסטעם (טרייבקראפט) אויסער ווי דאס פלאטערן פון דעם סמארט-בירד'ס אייגענע פליגל "פונקט ווי אן עכטע פייגעל", און זיינע באוועגונגען זענען אזוי רעאליסטיש, אז ווען דער סמארט-בירד איז אריבערגעפלויגן איבער די קעפ פון די צוקוקער, האט דער עולם (צוויי מאל) געטראכט צוצודעקן זייערע קעפ. און נאכמער איז אינטערעסאנט איז אז ווען מען האט עס אויספראבירט אויפן גאס צווישן "עכטע פייגל" אונטערן פרייען הימל האבן די פייגל נישט דערקענט א חילוק.
מענטשן פרעגן, וואס איז די פוינט פון ספענדן אזויפיל געלט און צייט אין מיסט אריין צו אנטוויקלען א ראובאטישער פייגל ווען עס זענען ב"ה דא א שפע פון לעבעדיגע פייגלען וואס פליען ארום איבעראל אין אלע גאסן אין פארקס וואס דער רבש"ע האט מיט ווינדער נאטורליך באשאפן. און אויב צו פליען אין די לופטן ווי א פייגל איז דאך שוין פארהאן פליגער'ס העליקאפטער'ס און לופט באלאנען שוין איבער הונדערט יאר?
אבער מר. פישער איז מסביר אז דער ציל פון דעם פארשונג איז זיך צו לערנען פון די בריאה נישט נאר ווי אזוי צו באוועגן די פליגל, אבער אויך לערנט מען זיך פון די פייגל ווי אזוי עס צו טון מיט ענערגי עפישענסי
סמארטבירד טעכנאלאגיע שטעלט צו יסודות'דיגע חידושים און א נייע פארשטאנד צו קענען פארבעסערן די (הייבריד דרייוו) "פאר טעכנאלאגיע" בכלל. ווי אזוי צו מינימיזירן דאס באנוץ פון אויל, גאזאלין און אנדערע מאטעריאלן און ווי אזוי צו בויען גאר לייכטע פאר מיטלען איינצושפארן ענערדזשי און ריסורסעס.
זעה די ווידעא'ס, די מארך וועט אייך ארויספאלן פון די אויערן.
http://www.ted.com/talks/lang/eng/a_rob ... _bird.html
http://www.40tech.com/2011/07/23/smartb ... tech-video
