בלאט 1 פון 1
ביפּערס - עקזיסטירט נאך אזאנס?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 11:29 am
דורך פארשריבן
איך האב נישט קיין צייט מסביר צו זיין פאר אלע בחורים און יונגע יונגעלייטלעך וואס דאס איז אזוינס א ביפּער. אבער וויבאלד איך שרייב עס דא אין "טעכנאלאגיע", קענט איר זיך פארשטעלן אז עס איז נישט קיין עסן אדער ספר....
יעדנפאלס, עס ווערט געזוכט וואו מען קען באקומען א ביפּער פאר א גוטן פרייז.
מיט דאנק פון פאראויס
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 11:32 am
דורך שנאפס
די אשכול קומט אין היסטאריע....
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 11:37 am
דורך מגיני ארץ
אויב דארפט איר די ביפער ווייל איר ווילט אז מ'זאל אייך קענען שיקן א PAGE אזוי ווי אויף א ביפער דאן קענט ניצן א סעלפאן און מ'זאל אויסוועלן די אפציע וואס מ'הערט אלס: to send a numeric page press 1 דעמאלס איז עס אזוי ווי א ביפער. אבער אויב דארפט איר א ביפער פשוט וויי ל איר ווילט נישט האבן קיין סעלפאן מחמת איזה סיבה שהוא דאן קען איך אייך נישט העלפן
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 11:38 am
דורך פארשריבן
שמעתי אז מען קען דאס נאך באקומען היינט-צו-טאג, והכי מסתבר. ווייל א רעקארד-שפילער קען מען נאך אויך קויפן. (די פראגע איז נאר, אויב איינער האט נאך רעקארדס וואס זאל שפילן דערין...)
די פראגע איז נאר פאר וואספארא פרייז...
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 11:39 am
דורך שנאפס
מסתמא מיינסטו צו זאגן אז מקענאך באקומען די ביפער אבער נישט קיין האלטער דערפאר
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 12:00 pm
דורך דארפסמאן
מקען נאך באקומען א ביפער אבער נישט קיין סערוויס דערויף (אזוי מיין איך)
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 12:13 pm
דורך יואל ווייס
פרוביר 800beepers.com
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 12:14 pm
דורך שנאפס
ליע עוו פאטא האט א סיין אינדרויסן אז זיי פארקויפן ביפערס...
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 1:18 pm
דורך פאטאקי08
חחח
שוין צייט צי טוישן סיין
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 1:22 pm
דורך farshlufen
שנאפס האט געשריבן:די אשכול קומט אין היסטאריע....
יא, איך געדענק נאך מיין ביפער נומבער.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 1:46 pm
דורך aperlscript
יוש האסט מיר דערמאנט פון מיין גרינע ביפער וואס איך האב סיי באצאלט פאר די סערוויס אין סיי פאר די קוואדער אין די פעיפאן צוריקצוקאלן די נומבער וואס האט מיר געביפט אין געוואר ווערן אז דאס איז עפעס א ראנג נומבער....וואנס עפאן עי טיים ...
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 2:06 pm
דורך ווינקל
usamobility.com האט נאך סערוויס.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 2:11 pm
דורך השתדלות
אוי די דערמאנסט מיר ווען שנה ראשונה האט מיך מיין שווער מסביר געווען אז איך דארפ נישט קויפן קיין ביפער ווייל ער קען מיר געבן זיין אלטע וואס ארבייט נאך גיט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 6:50 pm
דורך שוועמל
ביי קויפמאן'ס טעיפריקאדער געשעפט האסטו פרובירט?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 7:07 pm
דורך שטארק זיך
דענקסט נאך ווי דער מנהל אין פeeטם האט געניט דורכגענישטערט דאס אנגעהויפנטע בערגל אויפ׳ן אפיס טישל (ליידיג אויס אלע טאשן....) צווישן פרישע און אויסגעפריווטע טישוס, פענס, ביזנעס קארדס פאקעטנייפס און וואס דען נישט. אלעס כדי צו טרעפן דעם באהאלטענעם ביפער וואס דודי (דער איז איינגעגאנגן ביינאזמאנים אויף א פלי בארגעין... אויף מיין חשבון) האט פארמאסערט...
מי יתן לנו סרחי קדם...
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 8:58 pm
דורך מי יודע
אוי דערמאנסטו מיר גוטע צייטן פון די מעסעדזש ביפערס
שטייט א מנין און דאוונט שטילע שמונה עשרה, אינמיטן הערט מען א מעסעזש הויך "משה, פארוואס האסטו נישט ארויסגעטראגן די גארבעטש?"
גייט אדורך עטליכע מינוט, און נאך א מעסעדזש "משה, ברענג אהיים מילך פון גראסערי"
איך דערמאן מיך ווען מיין טאטע זז"ג האט אמאל בר מצוה געמאכט, און ער האט געלאדנט דעם רב, אפשמועסנדיג מיטן גבאי'ן ווי אים צו קאנטאקטן האט ער אים געזאגט, ביפ מיך, און לייג אריין א מעסעדזש מיט נומער 13, וועל איך וויסן אז דאס איז וועגן די בר מצוה
אלטע זכרונות...