פונעם טעכנישן טאג-בוך
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 12:13 pm
די פאלגענדע שורות קומען פון א טעקנישן'ס טאג בוך (נישט מיין אייגענע)
א וויילע צוריק האט איינער פון מיינע קאסטומער'ס געקויפט א נייע לעפטאפ פאר זיך און געגעבן פאר זיין טאטן די אלטע. אזוי ווי דאס איז דער ערשטער לעפטאפ וואס זיין טאטע האט (ביז דעמאלט האט ער גענוצט א דעסקטאפ) בין איך געגאנגען צו זיין טאטעס הויז און אריינגעלייגט א ווייערלעס ראוטער אזוי אז ער זאל עס קענען נוצן עס איבער די גאנצע הויז און נישט זיין צוגעבינדן צו דער וואנט.
אונזער ערשטער פאנטשער איז געקומען ווען ער האט מיך גערופן מיט זארג אז די קעיבל קאמפאני האט אים נישט גערעכנט פארן פארגרעסערן די סערוויס און ער וויל נישט אז שפעטער זאל ער פלוצלונג באקומען אויף איינמאל א רעכענונג אויף מערערע חדשים אויפן חשבון פון דעם הוספה פאר ווייערלעס סערוויס. איך האב אים דערקלערט אז ווייערלעס איז גארנישט עקסטערע ס'איז נישט מער ווי א באקס וואס איך האב אים פארקויפט פאר אן איינמאליגע טשארדזש און עס וועט נישט זיין קיין עקסטערע טשארדזשעס אויזער די קעיבל אינטערנעט פי וואס ער באצאלט ביז היינט.
איך האב מיך איינגערעדט ער פארשטייט...
עטליכע חדשים שפעטער רופט מיך דער זון אז זיין טאטע האט א פראבלעם מיט די אינטערנעט און דארף טעקניקל הילף צו ער קען מיך קאלן? קאלט ער מיך אן אז אזוי ווי ער האט זיך אריינגעלייגט לעצטענס אין אראפרוקן זיינע הויכע חודש'ליכע בילס (זעט אויס קרן עזר איז דארט אינוואלווד) און אזויווי איך האב קעיר גענונען דערפון לכתחילה זאל איך פאר אים קאלן די קעיבל קאמפאני צו דיסקאנעקטן די ווייערלעס סערוויס ווייל בדיעבד איז אים גענוג נאר צו נוצן דעם אינטערנעט ווען ער איז איינגעפלאגט אין די וואנט און ער האלט נישט ביים צאלן מער וועגן דעם, זיינע ביל'ס זענען אזוי אויך צו הויך... איך האב אים ווידער דערקלערט אז ער באצאלט גארנישט עקסטערע פאר די ווייערלעס סערוויס אז די באקס וואס איך האב אים פארקויפט פאר אן איינמאליגע טשארדזש האט געמאכט דעם גאנצן הויז פאר א ווייערלעס האט-ספאט, און ס'האט באמת גארנישט מיט די קעיבל קאמפאני.
און איך האב מיך איינגערעדט ער פארשטייט...
לעצטנס זעמיר ווידער ביזי געווארן מיט אים. נאך א קורצשלוס האט ער מיך גערופן מיט אויפברויז איבער די פארוקטע קאסטומער סערוויס וואס ער האט באקומען פון די קעיבל קאמפאני ווען ער האט זיי געבעטן הילף צו ריסעטן זיין ווייערלעס ראוטער, און אז ער איז אזוי גערעגט אז ער וויל מבטל זיין די ווייערלעס סערוויס...

למעשה האב איך נישט געקענט אריבערגיין צו אים אויף די רגע, אבער מיט א ביסל הילף פון א 14 יעריגן אייניקל (וואס האט נאך -מיין איך- אין זיין לעבן קיין קאמפיוטער נישט געטאטשט). ארבעט עס א מחי'.
גראדע טו איך יא אביסל באשולדיגן די קעיבל קאמפאני פאר נישט האבן געהעריגע קאסטומער סערוויס פאר די מענטשן וואס זענען נישט טעניקל.
איך מיין אז אפילו ער וועט נאכאמאל געבוירן ווערן וועט ער נישט פארשטיין אז די ווייערלעס סערוויס קומט פון די ראוטער און נישט די קעיבל קאמפאני שיקט א סיגנאל צו אים אין הויז.